קאפיטל אכט
און ווען ער האט געעפנט די זיבעטע חתימה, איז געווארן א שטילקייט אין הימל אן ערך א האלבע שעה. און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.
און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד. און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך. און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.
און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן. און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.
און דער צווייטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז געווען ווי א גרויסער פייער פלאמענדיקער בארג וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין, און א דריטל פון דעם ים איז געווארן בלוט; און א דריטל פון די לעבעדיקע באשעפענישן אין ים איז אויסגעשטארבן; און א דריטל פון די שיפן איז צעשטערט געווארן.
10 און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער; 11 און דער נאמען פון דעם שטערן הייסט ווערמוט; און א דריטל פון די וואסערן איז געווארן ווערמוט; און א סך מענטשן זענען געשטארבן פון די וואסערן, ווייל זיי זענען געווען ביטער.
12 און דער פערטער מלאך האט געבלאזן, און א דריטל פון דער זון איז געפלאגט געווארן, און א דריטל פון דער לבנה, און א דריטל פון די שטערן, כדי א דריטל פון זיי זאל זיך פארפינסטערן, און דער טאג זאל נישט שיינען זיין דריט חלק, און די נאכט אויך אזוי.
13 און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן.