קאפיטל זיבן
נאך דעם האב איך געזען פיר מלאכים שטיין אויף די פיר עקן פון דער ערד, האלטנדיק די פיר ווינטן פון דער ערד, כדי אויף דער ערד זאל נישט בלאזן קיין ווינט, נישט אויפן ים, נישט אויף קיין שום בוים. און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים, אזוי צו זאגן: שעדיקט נישט די ערד, נישט דעם ים, נישט די ביימער, ביז מיר וועלן חתמענען די קנעכט פון אונדזער ג‑ט אויף זייערע שטערנס. און האב געהערט די צאל פון די פארחתמעט, הונדערט פיר און פערציק טויזנט, פארחתמעט פון אלע שבטים פון די קינדער ישראל:
פון דעם שבט יהודה, צוועלף טויזנט פארחתמענט;
פון דעם שבט ראובן, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט גד, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט אשר, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט נפתלי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט מנשה, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט שמעון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט לוי, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יששכר, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט זבולון, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט יוסף, צוועלף טויזנט;
פון דעם שבט בנימין, צוועלף טויזנט פארחתמענט.
נאך דעם האב איך געזען, און אָט א גרויסער המון, וואס קיינער האט אים נישט געקענט איבערציילן, פון אלע אומות (העולם) און שבטים און אומות און לשונות, שטיין פאר דעם כסא הכבוד און פאר דעם לעמעלע, אנגעקליידט אין ווייסע קליידער, מיט פאלמענצווייגן אין זייערע הענט; 10 און האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: די ישועה איז ביי אונדזער ג‑ט, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און ביי דעם לעמעלע. 11 און אלע מלאכים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם כסא הכבוד און ארום די זקנים און די פיר חיות; און זענען אנידערגעפאלן פאר דעם כסא הכבוד אויף זייערע פנימער, און זיך געבוקט צו ה׳, 12 זאגנדיק: אמן; די לויב און דער כבוד און די חכמה און דער דאנק און די ערע און די מאכט און די קראפט געהערן צו אונדזער ג‑ט לעלמי עולמים. אמן. 13 און איינער פון די זקנים האט געענטפערט זאגנדיק צו מיר: ווער זענען די דאזיקע אנגעקליידטע אין ווייסע קליידער, און פונוואנען זענען זיי אהערגעקומען? 14 און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע. 15 דערפאר זענען זיי פאר ה׳ס כסא הכבוד; און דינען אים טאג און נאכט אין זיין היכל; און דער, וואס זיצט אויף דעם כסא הכבוד, וועט געבן זיין געצעלט איבער זיי. 16 זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.); 17 ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)