קאפיטל זעקס
1 און איך האב געזען, ווען דאס לעמעלע האט געעפנט איינע פון די זיבן חתימות, און האב געהערט איינע פון די פיר חיות זאגן, ווי מיט דעם קול פון א דונער: קום!
2 און איך האב געזען, און אָט א ווייס פערד, און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א פיילנבויגן; און עס איז אים געגעבן געווארן א קרוין; און ער איז ארויסגעגאנגען א זיגער, און כדי מנצח צו זיין.
3 און ווען ער האט געעפנט די צווייטע חתימה, האב איך געהערט די צווייטע חיה זאגן: קום!
4 און עס איז ארויסגעגאנגען אן אנדער פערד, פייער רויט; און דעם, וואס איז געזעסן דערויף, איז געגעבן געווארן אוועקצונעמען דעם שלום פון דער ערד, און אז מען זאל זיך הרגענען איינס דאס אנדערע; און עס איז אים געגעבן געווארן א גרויסע שווערד.
5 און ווען ער האט געעפנט די דריטע חתימה, האב איך געהערט די דריטע חיה זאגן: קום! און האב געזען, און אָט א שווארץ פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א וואגשאל אין זיין האנט.
6 און איך האב געהערט אזויווי א קול אינמיטן פון די פיר חיות זאגן: א מאס ווייץ פאר א דינר, און דריי מאס גערשטן פאר א דינר; און דאס אייל און דעם וויין זאלסטו נישט שעדיקן.
7 און ווען ער האט געעפנט די פערטע חתימה, האב איך געהערט דאס קול פון דער פערטער חיה זאגן: קום!
8 און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד.
9 און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט;
10 און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד?
11 און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.
12 און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.);
13 און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט.
14 און דער הימל איז פארשווונדן, ווי א מגילה ווערט צונויפגעוויקלט; און אלע בערג און אינדזלען זענען אוועקגעשטויסן געווארן פון זייערע ערטער. (ישעיהו לד, ד.)
15 און די מלכים פון דער ערד, און די גרויסע לייט, און די הויפטלייט, און די עשירים, און די מעכטיקע, און אלע קנעכט און פרייע מענטשן, האבן זיך פארבארגן אין די היילן און צווישן די פעלדזן פון די בערג;
16 און האבן געזאגט צו די בערג און פעלדזן: פאלט אויף אונדז, און פארבארגט אונדז פון דעם פנים פון דעם, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, און פון דעם צארן פון דעם לעמעלע! (ישעיהו ב, יט-כא.)
17 ווייל עס איז געקומען דער גרויסער טאג פון זייער צארן; און ווער איז בכוח בייצושטיין? (מלאכי ג, ב.)