קאפיטל ניין
1 און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט.
2 און ער האט אויפגעמאכט דעם תהום פון דעם אפגרונט; און עס איז ארויפגעשטיגן א רויך אויס דעם תהום, ווי דער רויך פון א געוואלטיקן קאלכאויוון; און די זון און די לופט זענען פארפינסטערט געווארן דורך דעם רויך פונם תהום.
3 און פון דעם רויך זענען ארויסגעגאנגען היישעריקן אויף דער ערד; און עס איז זיי געגעבן געווארן מאכט, ווי די עקדישן פון דער ערד האבן מאכט.
4 און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס.
5 און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן.
6 און אין יענע טעג וועלן די מענטשן זוכן דעם טויט, און אים בשום אופן נישט געפינען; און וועלן גלוסטן צו שטארבן, און דער טויט וועט פון זיי אנטלויפן.
7 און דאס געשטאלט פון די היישעריקן איז געווען ענלעך צו פערד גרייט צו א מלחמה; און אויף זייערע קעפ ווי קרוינען גלייך צו גאלד, און זייערע פנימער, ווי די פנימער פון מענטשן.
8 און זיי האבן געהאט האר, ווי די האר פון פרויען, און די ציין זייערע זענען געווען ווי די ציין פון לייבן.
9 און זיי האבן געהאט פאנצערס ברוסט שילדן, ווי פאנצערס ברוסט שילד פון אייזן; און דאס גערויש פון זייערע פליגל איז געווען ווי דאס גערויש פון רייטוועגן, בשעת א סך פערד לויפן אין א מלחמה.
10 און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג.
11 זיי האבן איבער זיך א מלך, דעם מלאך פונם תהום; אויף לשון קודש הייסט ער אבדון, און אויף גריכיש האט ער דעם נאמען אפאליאן (פארדארבער).
12 דער ערשטער וויי איז אריבער; אָט קומען נאך צוויי ווייען נאך דעם.
13 און דער זעקסטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געהערט א קול פון די פיר הערנער פון דעם גאלדענעם מזבח, וואס שטייט פאר ה׳,
14 זאגנדיק צום זעקסטן מלאך, וועלכער האט געהאט דעם שופר: בינד אויף די פיר מלאכים, וואס זענען געבונדן ביים גרויסן טייך פרת.
15 און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן.
16 און די צאל פון די חיילות רייטער איז געווען צוויימאל צענטויזנט מאל צען טויזנט; איך האב געהערט זייער צאל.
17 און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל.
18 דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער.
19 ווארום די מאכט פון די פערד ליגט אין זייער מויל און אין זייערע וויידלען; ווייל זייערע וויידלען זענען גלייך צו שלאנגען, און האבן קעפ; און מיט די דאזיקע טאן זיי שאדן.
20 און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין;
21 און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע רציחות, נישט פון זייערע כשופים, נישט פון זייער זנות, נישט פון זייערע גנבות.