קאפיטל דריי
1 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב:
דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן:
2 איך קען דיינע מעשים, אז דו האסט א נאמען, אז דו לעבסט, און ביסט טויט. זיי וואך, און שטארק די איבריקע, וואס האלטן ביים שטארבן: ווארום איך האב נישט געפונען דיינע מעשים שלמותדיק פאר מיין ג‑ט.
3 געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.
4 נאר דו האסט אין סארדעס אייניקע נעמען, וועלכע האבן נישט באפלעקט זייערע מלבושים; און זיי וועלן גיין מיט מיר אין ווייסן; ווייל זיי זענען ראוי.
5 דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים.
6 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.
7 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב:
דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.);
8 איך קען דיינע מעשים. אָט האב איך געגעבן פאר דיר אן אפענע טיר, וואס קיינער וועט זי נישט קענען צושליסן; ווייל דו האסט ווייניק קראפט, און האסט אפגעהיטן מיין ווארט, און נישט פארלייקנט מיין נאמען.
9 זע, איך גיב פון דער בית הכנסת (פארפירן דורך) שׂטן די, וועלכע זאגן וועגן זיך, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זאגן שקרים; אָט וועל איך זיי מאכן קומען און זיך בוקן פאר דיינע פיס, און זיי וועלן וויסן, אז איך האב דיך ליב.
10 ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד.
11 איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.
12 דעם, וואס איז מנצח, וועל איך מאכן פאר א זייל אין דעם היכל פון מיין ג‑ט, און ער וועט מער נישט ארויסגיין (פון דארטן); און איך וועל אויפשרייבן אויף אים דעם נאמען פון מיין ג‑ט, און דעם נאמען פון דער שטאט פון מיין ג‑ט, דאס נייע ירושלים, וואס נידערט אראפ פון הימל פון מיין ג‑ט, און מיין נייעם נאמען.
13 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.
14 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב:
דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג:
15 איך קען דיינע מעשים, אז דו ביסט נישט קאלט, נישט הייס; הלוואי וואלסט דו געווען קאלט אדער הייס.
16 אָט אזוי, ווייל דו ביסט לעבלעך, און נישט הייס, און נישט קאלט, וועל איך דיך אויסשפייען פון מיין מויל.
17 ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז;
18 איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען.
19 וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.
20 אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר.
21 ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.
22 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.