קאפיטל צוויי
1 צו דעם מלאך פון דער קהלה אין עפעזוס שרייב:
דאס זאגט דער, וועלכער האלט די זיבן שטערן אין זיין רעכטער האנט, וועלכער גייט ארום אינמיטן פון די זיבן גאלדענע מנורות:
2 איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;
3 און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.
4 נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו האסט פארלאזן דיין ערשטע ליבע.
5 געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן.
6 נאר דאס דאזיקע האסטו, אז דו האסט פיינט די מעשים פון די ניקאלאאיטן, וועלכע אויך איך האב פיינט.
7 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)
8 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב:
דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן:
9 איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן.
10 האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.
11 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.
12 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פערגאמוס שרייב:
דאס זאגט דער, וועלכער האט די מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד:
13 איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.
14 נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין.
15 פונקט אזוי האסטו אויך אזעלכע, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון די ניקאלאאיטן אויף אן ענלעכן אופן.
16 דעריבער טו תשובה; און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר אינגיכן, און וועל מלחמה האלטן מיט זיי מיט דער שווערד פון מיין מויל.
17 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים).
18 און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב:
דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער:
19 איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע.
20 נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער.
21 און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות.
22 זע, איך ווארף זי אויף א קראנק בעט, און די, וואס זענען מיט איר מזנה, אין א גרויסער צרה אריין, ווען זיי וועלן נישט תשובה טאן פון אירע מעשים.
23 און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.
24 צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט.
25 דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען.
26 און דער, וואס איז מנצח און דער, וואס היט אפ מיינע מעשים, אים וועל איך געבן מאכט איבער די אומות (העולם);
27 און ער וועט הערשן איבער זיי מיט א רוט פון אייזן, ווי די כלים פון א טעפער ווערן צעבראכן (תהלים ב, ט.); ווי אויך איך האב באקומען פון מיין פאטער;
28 און וועל אים געבן דעם מארגנשטערן.
29 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.