די אנטפלעקונג פון יוחנן
1
די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן, וועלכער האט עדות געזאגט אויף ה׳ס ווארט און אויף דעם עדות פון יהושע/ישוע המשיחן, אלץ, וואס ער האט געזען. וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.
יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד; און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט, און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן. זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.
איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער. איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען. 10 איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר, 11 אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא. 12 און איך האב מיך אומגעקערט, צו זען דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר. און אומקערנדיק זיך, האב איך געזען זיבן מנורות פון גאלד; 13 און אין דער מיט פון די מנורות איינעם, גלייך צום בר אנש (דניאל ז, יג.), אנגעטאן אין א לאנגן בעקעשע, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט א גאלדענעם גארטל. 14 און זיין קאפ און זיינע האר זענען געווען ווייס, ווי ווייסע וואל, ווי שניי; און זיינע אויגן, ווי א פלאם פייער (דניאל ז, ט.); 15 און זיינע פיס, ווי פיין קופער, בשעת עס גליט אין אויוון; און זיין קול, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן. 16 און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט. 17 און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער, 18 און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית. 19 שרייב דעריבער וואס דו האסט געזען, און וואס איז, און וואס וועט געשען נאך דעם; 20 דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.