קאפיטל פיר
1 נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן.
2 גלייך בין איך געווען אינם גייסט; און זע, א כסא הכבוד איז געשטאנען אין הימל און אויף דעם כסא הכבוד איז איינער געזעסן;
3 און דער זיצנדיקער איז געווען ענלעך אינם אויסזען צו א יאספיס שטיין און צו א רובין; און א רעגנבויגן איז געווען ארום און ארום דעם כסא הכבוד, און די מראה דערפון איז געווען ענלעך צו א שמאראק. (יחזקאל א, כו-כח.)
4 און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען.
5 און פון דעם כסא הכבוד גייען ארויס בליצן און קולות און דונערן. און פאר דעם כסא הכבוד ברענען זיבן פייער פאקלען, וואס זענען די זיבן גייסטער פון ה׳;
6 און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.
7 און די ערשטע חיה איז געווען ענלעך צו א לייב, און די צווייטע חיה איז געווען ענלעך צו אן אקס, און די דריטע חיה האט דאס פנים ווי א מענטש, און די פערטע חיה איז געווען ענלעך צו א פליענדיקן אדלער. (יחזקאל א, י.)
8 און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.)
9 און ווען די חיות געבן אפ כבוד און ערע און לויב צו דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים,
10 פאלן די פיראונצוואנציק זקנים אנידער פאר אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און בוקן זיך צו אים, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, און ווארפן אנידער זייערע קרוינען פאר דעם כסא הכבוד, און זאגן:
11 ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.