קאפיטל פערצן
1 דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען.
2 איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג.
3 דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען.
4 ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.
5 איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה.
6 דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.
7 ווארום קיינער פון אונדז לעבט נישט פאר זיך אליין, און קיינער שטארבט נישט פאר זיך אליין.
8 ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס.
9 ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע.
10 אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט.
11 ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.)
12 אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.
13 טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.
14 איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.
15 ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז!
16 זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג;
17 ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.
18 ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן.
19 לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.
20 צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן).
21 עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט.
22 די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך.
23 דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.