קאפיטל פיפצן
1 מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן.
2 זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג.
3 ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.)
4 ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.
5 און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע;
6 כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
7 דערפאר זאלט איר מקרב זיין איינער דעם אנדערן, ווי אויך דער משיח האט אונדז מקרב געווען, צו ה׳ס כבוד.
8 ווארום איך זאג, משיח איז געבוירן געווארן צו זיין א משרת פון די געמלטע צוליב דעם אמת פון ה׳, כדי צו באשטעטיקן די הבטחות צו די אבות,
9 און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.)
10 און ווידער ווערט געזאגט: פריידט זיך, איר אומות (העולם), מיט זיין פאלק. (דברים לב, מג.)
11 און ווידער: לויבט דעם האר (ג‑ט), איר אלע אומות (העולם), און גיט אים א שבח, אלע פעלקער. (תהלים קיז, א.)
12 און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.)
13 און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.
14 מיינע ברידער, איך אליין בין בטוח וועגן אייך, אז איר זענט פול מיט גוטסקייט, אנגעפילט מיט יעדן וויסן, און זענט אימשטאנד צו זאגן שטראף רייד איינער דעם אנדערן.
15 איך אבער האב געשריבן צו אייך, טיילווייז דרייסט, אזוי ווי אייך צו דערמאנען דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פון ה׳,
16 צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.
17 איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳.
18 ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,
19 מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;
20 פלייסנדיק מיך אזוי, אנצוזאגן די בשורה טובה וואו משיחס נאמען איז נאך נישט געווען באקאנט, כדי איך זאל נישט בויען אויף אן אנדערנס יסוד,
21 נאר ווי עס שטייט געשריבן: זיי, וועמען עס איז נישט דערציילט געווארן וועגן אים, וועלן זען, און די, וואס האבן נישט געהערט, וועלן פארשטיין. (ישעיהו נב, טו.)
22 צוליב וועלכן איך בין טאקע מערערע מאל געשטערט געווארן צו קומען צו אייך.
23 אבער איצט, שוין נישט האבנדיק קיין ארט אין די דאזיקע מקומות און לעכצנדיק יארנלאנג צו קומען צו אייך,
24 וועל איך צו אייך קומען, ווען איך וועל זיין אויפן וועג קיין שפאניען. ווארום איך האף אייך צו זען אויף דער דורכרייזע, און פון אייך געשיקט צו ווערן דארטן אהין, ווען איך וועל מיך צום ערשט אביסל זעטיקן פון אייך.
25 איצט אבער פאר איך קיין ירושלים, צו דינען די קדושים.
26 ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.
27 ווארום עס איז זיי וואוילגעפעלן, און זיי זענען זייערע בעלי חוב. ווייל אויב די אומות העולם האבן א חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאכן, זענען זיי מחייב זיי צו דינען אין גשמיותדיקע זאכן.
28 דעריבער ווען איך וועל האבן געענדיקט דאס דאזיקע, און האבנדיק פארחתמעט פאר זיי די דאזיקע פרוכט, וועל איך דורכרייזן אייער לאנד קיין שפאניען.
29 און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה.
30 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳,
31 כדי איך זאל ניצול ווערן פון די ווידערשפעניקע אין יהודה, און אז מיין דינסט אין ירושלים זאל זיין אנגענעם צו די קדושים;
32 כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך.
33 און דער ג‑ט פון שלום זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.