קאפיטל דרייצן
זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳. בכן, דער, וואס שטעלט זיך קעגן דער מאכט, דער שטעלט זיך אנטקעגן ה׳ס ארדנונג; און די מורדים, וועלן איבער זיך באקומען א משפט. ווארום די מושלים זענען נישט קיין שרעק פאר דעם, וואס טוט גוטס, נאר פאר דעם, וואס טוט שלעכטס. ווילסטו אבער נישט מורא האבן פאר דער מאכט? דאן טו דאס גוטע, און דו וועסט האבן פון איר א לויב; ווארום זי איז ה׳ס דינערין פאר דיינעטוועגן צום גוטן. ווען אבער דו טוסט דאס שלעכטע, דאן האב מורא; ווארום נישט אומזיסט טראגט זי די שווערד; ווארום זי איז ה׳ס דינערין אויסצופירן צארן (שטראף) אויף דעם, וואס טוט שלעכטס. דערפאר מוז מען זיך אונטערטעניקן, נישט נאר צוליב דעם צארן, נאר אויך צוליב דעם געוויסן. ווארום דערפאר צאלט איר אויך שטייערן, ווייל זיי (די מאכטהאבער) זענען ה׳ס משרתים און פארנעמען זיך מיט דער דאזיקער זאך. גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.
זייט קיינעם גארנישט שולדיק, אחוץ ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; ווארום דער, וואס האט ליב דעם אנדערן, האט מקיים געווען די תורה. ווארום דו זאלסט נישט מזנה זיין, דו זאלסט נישט מארדן, דו זאלסט נישט גנבענען, דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יג-יז.), און יעדעס אנדערע געבאט, זענען צוזאמענגעפאסט אין דעם דאזיקן ווארט: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) 10 די ליבע טוט דעם נאנטן קיין שום שלעכטס נישט; דעריבער איז די ליבע די דערפילונג פון דער תורה.
11 און דאס דאזיקע זאלט איר טאן, קענענדיק די צייט, אז די שעה איז שוין אנגעקומען, אויפצושטיין פון שלאף; ווארום איצט איז אונדזער ישועה נענטער, ווי ווען מיר האבן אנגעהויבן צו גלויבן. 12 די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט. 13 לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה. 14 נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.