קאפיטל צוועלף
1 איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.
2 און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
3 ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.
4 ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע,
5 אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
6 און האבנדיק פארשיידענע מתנות לויט דעם חסד, וואס איז אונדז געגעבן געווארן, אויב נבואה, (לאמיר נבואות זאגן) לויט דער מאס פון אונדזער אמונה;
7 אויב באדינען, אין דער באדינונג; אויב א לערנער, אין דער לערנונג;
8 אויב א מוכיח, אינם מוסר זאגן; דער געבער, מיט פרייגעביקייט, דער מנהיג, מיט פלייס; דער גומל חסד מיט מונטערקייט.
9 זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.
10 האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
11 ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר;
12 אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;
13 זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים.
14 בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט.
15 פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.
16 האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים.
17 צאלט נישט אפ קיינעמען מיט שלעכטס פאר שלעכטס. טראכט איבער די זאכן, וואס זענען גוט פאר אלע מענטשן.
18 אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן.
19 געליבטע, זייט זיך נישט נוקם, נאר מאכט אן ארט פאר דעם צארן, ווארום עס שטייט געשריבן: ביי מיר איז נקמה איך וועל פארגעלטן, זאגט דער האר ג‑ט. (דברים לב, לה.)
20 דעריבער, אויב דיין שונא איז הונגעריק, גיב אים צו עסן; אויב ער איז דורשטיק, גיב אים צו טרינקען; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, זאמלסטו פייערדיקע קוילן אויף זיין קאפ. (משלי כה, כא-בב.)
21 לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן.