קאפיטל עלף
איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין. ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק: אָ האר, זיי האבן געטייט דיינע נביאים, זיי האבן צעשטערט דיינע מזבחות, און איך בין איבערגעבליבן איינער אליין, און זיי זוכן מיין נפש. (מלכים א יט, יד.) אבער וואס זאגט אים דאס קול פון ה׳? איך האב מיר איבערגעלאזט זיבן טויזנט מענער, וואס האבן נישט געבויגן קיין קני צום בעל. (מלכים א יט, יח.)
דעריבער אויך אזוי אין דער איצטיקער צייט איז דא אן איבערבלייבונג לויט דער בחירה פון חסד. אויב אבער דורך חסד, איז נישט מער פון מעשים; ווייל חסד וואלט דאן נישט מער געווען חסד. וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן; ווי עס שטייט געשריבן: ה׳ האט זיי געגעבן א גייסט פון טיפן שלאף, אויגן, נישט צום זען, און אויערן, נישט צום הערן, ביז צום היינטיקן טאג. (ישעיהו כט, י; דברים כט, ג.) און דוד זאגט: זאל זייער טיש ווערן צו א פאסטקע, און צו א נעץ, און צו א שטרויכלונג, און א פארגעלטונג צו זיי; 10 זאלן זייערע אויגן פינסטער ווערן, נישט צו זען, און זייער רוקן בויג אלעמאל אראפ. (תהלים סט, כג-כד.)
11 דעריבער זאג איך, האבן זיי דען געשטרויכלט, כדי זיי זאלן פאלן? חס ושלום! נאר דורך זייער איבערטרעטונג איז די ישועה געקומען צו די נישט יידן, כדי זיי אייפערדיק צו מאכן. 12 אבער אויב זייער איבערטרעטונג איז געווארן דאס עשירות פון דער וועלט און זייער היזק דאס עשירות פון די פעלקער, וויפל מער זייער פולקייט!
13 איך זאג אבער צו אייך נישט יידן, אויף וויפל איך בין דער שליח צו די נישט יידן—איך פארהערלעך מיין עבודה— 14 אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי. 15 ווארום אויב זייער פארווארפן ווערן איז די (סיבה פון) איבערבעטונג פאר דער וועלט, וואס וועט שוין זיין זייער אויפגענומען ווערן, אויב נישט לעבן פון די טויטע? 16 און אויב די תרומת העיסה איז הייליק, אזוי איז דאס גאנצע טייג אויך הייליק; און אויב דער ווארצל איז הייליק, אזוי זענען די צווייגן אויך הייליק.
17 און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט, 18 בארים זשע דיך נישט קעגן די צווייגן; בארימסטו דיך אבער שוין יא, (געדענק זשע, אז) נישט דו טראגסט דעם ווארצל, נאר דער ווארצל דיך. 19 וועסט דעריבער זאגן: די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, כדי איך זאל צוגעזעצט ווערן. 20 גוט, דורך אומגלויבן זענען זיי אפגעבראכן געווארן, און דו שטייסט דורך גלויבן. האלט זשע דיך נישט גרויס, נאר האב מורא; 21 ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די נאטירלעכע צווייגן, וועט ער אויך דיך נישט שוינען! 22 זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן. 23 און יענע, אויב זיי וועלן נישט בלייבן אינם אומגלויבן, וועלן אויך צוגעזעצט ווערן; ווארום ה׳ קען זיי ווידער צוזעצן. 24 ווארום אויב דו ביסט אויסגעשניטן געווארן פון אן איילבערט בוים, וואס איז בטבע ווילד, און אומנאטירלעך צוגעזעצט געווארן צו א גוטן איילבערט בוים, אויף וויפל מער וועלן די דאזיקע אויף א נאטירלעכן אופן צוגעזעצט ווערן צו זייער אייגענעם איילבערט בוים?!
25 ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען; 26 און אזוי וועט כל ישראל ווערן דערלייזט, ווי עס שטייט געשריבן: דער גואל וועט קומען פון ציון, ער וועט אפווענדן ג‑טלאזיקייט פון יעקב. 27 און דאס איז מיין בונד מיט זיי, ווען איך וועל זיי מוחל זיין זייערע זינד. (ישעיהו נט, כ-כא; תהלים יד, ז.)
28 וואס שייך דער בשורה טובה, זענען זיי שונאים צוליב אייך, אבער וואס שייך דער בחירה זענען זיי געליבטע צוליב די אבות. 29 ווארום ה׳ האט נישט קיין חרטה אויף זיינע מתנות און רוף. 30 ווארום אזויווי איר זענט אמאל געווען אומגעהארכזאם צו ה׳, איצט אבער האט איר באקומען רחמים דורך זייער אומגעהארכזאמקייט, 31 אזוי זענען אויך זיי איצט אומגעהארכזאם געווארן, כדי דורך די רחמים צו אייך זאלן זיי איצט אויך דערלאנגען רחמים. 32 ווארום ה׳ האט אלעמען איינגעשלאסן אין דער אומגעהארכזאמקייט, כדי ער זאל זיין רחמנותדיק צו אלעמען.
33 אָ, וואס פאר א טיפקייט פון רייכטום און חכמה און וויסן פון ה׳! ווי אומפארשטענדלעך זענען זיינע משפטים און אומאויספארשבאר זיינע דרכים! 34 ווארום ווער האט געוואוסט די מחשבה פון דעם האר? אדער ווער איז געווען זיין ראטגעבער? 35 אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.) 36 אז אלץ איז פון אים און דורך אים און צו אים; אים זיי כבוד אויף אייביק. אמן.