קאפיטל פערצן
1 שטרעבט נאך דער ליבע; און באגערט די רוחניותדיקע מתנות, נאר ליבער, אז איר זאלט נבואות זאגן.
2 ווארום דער, וואס רעדט אויף אן (אומבאקאנט) לשון, רעדט נישט צו מענטשן, נאר צו ה׳; ווייל קיינער איז נישט משיג, און ער רעדט סודות אינם גייסט.
3 דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט.
4 ווער עס רעדט אויף א לשון, דער דערבויט זיך אליין; און דער, וואס זאגט נבואות, דערבויט די קהלה.
5 און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.
6 און איצט, ברידער, ווען איך זאל קומען צו אייך, רעדנדיק מיט לשונות, וואס וועל איך אייך (דערמיט) העלפן, אויב איך וועל נישט רעדן צו אייך, צי דורך אן אנטפלעקונג, אדער דורך דערקענטעניש, אדער מיט נבואה, אדער לערנונג?
7 יא, אפילו די נישט לעבעדיקע זאכן, וואס געבן ארויס א קלאנג, זאל עס זיין די פלייט אדער די הארפע, ווען זיי מאכן נישט קיין חילוק אין די קלאנגען, וויאזוי וועט מען דערקענען, וואס מען שפילט אויף דער פלייט אדער הארפע.
8 ווארום ווען דער טרומייט זאל געבן אן אומדייטלעכן טאָן, ווער וועט זיך צוגרייטן צו דער מלחמה?
9 און אויך אזוי איר, ווען איר זאלט נישט געבן דורך דער צונג א לייכט פארשטענדלעך ווארט, ווי אזוי וועט מען וויסן, וואס עס ווערט גערעדט? איר וועט דאך רעדן (סתם) אינדערלופטן.
10 עס זענען פאראן ווער ווייס וויפל מינים קולות אין דער וועלט, און קיינס איז נישט אָן א זין.
11 ווען דעריבער איך ווייס נישט די באטייטונג פון דעם קול, וועל איך זיין פאר דעם רעדנער א פרעמדער, און דער רעדנער וועט פאר מיר זיין א פרעמדער.
12 אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה.
13 דערפאר זאל דער, וואס רעדט אויף א לשון, תפילה טאן, אז ער זאל פארטייטשן.
14 ווארום אויב איך בין מתפלל אויף א לשון, איז מיין גייסט מתפלל, מיין פארשטאנד אבער בלייבט אָן פירות.
15 ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד.
16 ווייל ווען דו מאכסט א ברכה מיטן גייסט, וויאזוי וועט דער, וועלכער פארנעמט דאס ארט פון א נישט געלערנטן, זאגן אמן אויף דיין ברכה? ער ווייסט דאך נישט וואס דו זאגסט.
17 ווארום דו מאכסט טאקע א ברכה ווי עס געהער צו זיין, נאר דער אנדערער איז נישט אויפגעבויט.
18 איך דאנק ה׳, אז איך רעד מיט לשונות מער ווי איר אלע;
19 נאר אין דער קהלה וויל איך (ליבער) רעדן פינף ווערטער מיט מיין פארשטאנד, כדי איך זאל אויך אנדערע לערנען, ווי צען טויזנט ווערטער אויף אן (אומבאקאנט) לשון.
20 ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).
21 אין דער תורה שטייט געשריבן: מיט אנדערע לשונות און מיט אנדערע לעפצן וועל איך רעדן צום דאזיקן פאלק; און אפילו אזוי וועלן זיי מיך נישט הערן, זאגט דער האר (ג‑ט). (ישעיהו כח, יא-יב.)
22 אזוי ארום זענען (שוין) די לשונות ווי א צייכן, נישט צו די מאמינים, נאר צו די אומגלויביקע; די נבואה אבער איז נישט פאר די אומגלויביקע, נאר פאר די, וועלכע גלויבן.
23 ווען דעריבער די גאנצע קהלה פארזאמלט זיך, און אלע רעדן מיט לשונות, און עס קומען אריין הדיוטים אדער אומגלויביקע, צי וועלן זיי דען נישט זאגן, אז איר זענט משוגע?
24 ווען אבער אלע זאגן נבואות, און עס קומט אריין עמיצער אן אומגלויביקער אדער א הדיוט, ווערט ער פון אלעמען געמוסרט, פון אלעמען (ריכטיק) געמשפט;
25 די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך.
26 וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.
27 אויב עמיצער וויל רעדן מיט א לשון, זאל עס זיין צווייענווייז, אדער העכסטנס זאלבעדריט, און איינער נאכן אנדערן; און איינער זאל פארטייטשן;
28 ווען אבער עס געפינט זיך נישט קיין פארטייטשער, זאל מען שווייגן אין דער קהלה; און רעדן צו זיך אליין און צו ה׳.
29 נביאים אבער זאלן רעדן צוויי אדער דריי, און די אנדערע זאלן משפטן.
30 און ווען עס וועט עפעס אנטפלעקט ווערן צו אן אנדערן, וועלכער זיצט (דארטן), זאל דער ערשטער שווייגן.
31 ווארום איר קענט אלע נבואות זאגן, איינער נאכן אנדערן, כדי אלע זאלן לערנען און אלע געטרייסט ווערן;
32 און די גייסטער פון די נביאים זענען אונטערטעניק צו די נביאים;
33 ווארום ה׳ איז נישט קיין ג‑ט פון אומארדנונג, נאר פון שלום. ווי אין אלע קהלות פון די קדושים.
34 אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט.
35 און אויב זיי ווילן עפעס לערנען, זאלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים; ווארום עס איז א חרפה פאר א פרוי צו רעדן אין דער קהלה.
36 וואס? איז ה׳ס ווארט פון אייך ארויסגעגאנגען? אדער איז עס נאר צו אייך אליין אנגעקומען?
37 אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט.
38 אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן.
39 דעריבער, ברידער מיינע, באגערט צו זאגן נבואות, און שטערט נישט צו רעדן מיט לשונות.
40 אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג.