קאפיטל דרייצן
אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל. און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט. און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט. די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן. ווארום מיר דערקענען טיילווייז, און אונדזער נבואות זאגן איז טיילווייז; 10 ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן. 11 ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן. 12 ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט. 13 און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.