קאפיטל פיפצן
1 און איך לאז אייך וויסן, ברידער, (נאכאמאל) די גוטע בשורה, וואס איך האב אייך אנגעזאגט, וועלכע איר האט אויך אנגענומען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט,
2 דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט.
3 ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)
4 און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)
5 און אז ער האט זיך באוויזן צו כיפאן; שפעטער צו די צוועלף;
6 דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן;
7 שפעטער האט ער זיך באוויזן צו יעקבן; נאך דעם צו אלע שליחים;
8 און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.
9 ווארום איך בין דער סאמע קלענסטער פון די שליחים, און בין נישט ווערט גערופן צו ווערן שליח, ווייל איך האב פארפאלגט די קהלה פון ה׳.
10 נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.
11 דעריבער צי איך, צי זיי, אזוי דרשענען מיר, און אזוי האט איר געגלויבט.
12 אויב אבער פון משיח ווערט געדרשנט, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, וויאזוי זאגן דאס אייניקע צווישן אייך, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים?
13 און אויב עס איז נישטא קיין תחית המתים, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען;
14 און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז טאקע אונדזער דרשענען פוסט, און אייער אמונה איז אויך אומזיסט.
15 און מיר געפינען זיך אויך ווי פאלשע עדות פון ה׳; ווייל מיר האבן עדות געזאגט קעגן ה׳, אז ער האט אויפגעוועקט דעם משיח; וועמען ער האט נישט אויפגעוועקט, אויב די טויטע וועלן טאקע נישט אויפשטיין.
16 ווארום אויב די טויטע וועלן נישט אויפשטיין, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען;
17 און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז אייער אמונה, אָן א זין; און איר זענט נאך אין אייערע זינד.
18 אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן.
19 אויב מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם משיח בלויז אויף דעם דאזיקן לעבן, זענען מיר די עלנטסטע פון אלע מענטשן.
20 איצט אבער איז משיח יא אויפגעשטאנען פון די טויטע, אלס די ראשית בכורים פון די איינגעשלאפענע.
21 ווארום ווי דער טויט איז געקומען דורך א מענטשן, אזוי איז אויך תחית המתים דורך א מענטשן.
22 ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן.
23 און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען.
24 נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט.
25 ווארום ער דארף קעניגן, ביז ער וועט לייגן אלע זיינע פיינט אונטער זיינע פיס. (תהלים קי, א.)
26 דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.
27 ווארום אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס. און ווען ער זאגט, אז אלץ איז געלייגט, איז קלאר, אז עס איז מיט דעם אויסנאם פון אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים.
28 און ווען אלץ וועט זיין געלייגט אונטער אים, דעמאלט וועט אויך דער זון אליין זיך אונטערטעניקן צו אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים, כדי ה׳ זאל זיין אלץ אין אלעם.
29 ווען נישט, וואס וועלן טאן די, וועלכע זענען זיך טובל אין דער מקווה ”פאר די טויטע“ (ציטירן ניטציטירן)? אויב די טויטע וועלן גארנישט אויפשטיין, פארוואס זאל מען זיך נאך טובל זיין אין דער מקווה ”פאר זייערטוועגן“ (ציטירן ניטציטירן)?
30 און פארוואס שטייען מיר אין סכנה יעדע שעה?
31 איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
32 אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.)
33 באטריגט זיך נישט אליין; שלעכטע חברותא פארדארבן גוטע מידות.
34 ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.
35 נאר עמיצער וועט זאגן: וויאזוי שטייען די טויטע אויף? און מיט וואס פאר א קערפער קומען זיי?
36 דו נאר, וואס דו פארזייסט, ווערט נישט לעבעדיק געמאכט, ווען עס שטארבט נישט;
37 און וואס דו פארזייסט, פארזייסט דו נישט דעם קערפער, וואס וועט זיין, נאר בלויז א קערנדל, פילייכט פון ווייץ, אדער פון עפעס אנדערש.
38 ה׳ אבער גיט אים א גוף, ווי ער וויל, און יעדן איינעם זאמען זיין אייגענעם קערפער.
39 נישט יעדעס פלייש איז (איין און) דאס זעלביקע פלייש; נאר אן אנדערס (איז דאס פלייש) פון מענטשן, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון בהמות, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון עופות, און אן אנדערס פון פיש.
40 און עס זענען פאראן גופים הימלישע און גופים ערדישע; נאר דער כבוד פון די הימלישע איז אן אנדערער, און פון די ערדישע אן אנדערער.
41 די זון האט אן אנדערן כבוד, און די לבנה האט אן אנדערן כבוד, און די שטערן האבן אן אנדערן כבוד; ווארום איין שטערן אונטערשיידט זיך פון אן (אנדערן) שטערן מיטן כבוד.
42 פונקט אזוי איז אויך תחית המתים. עס ווערט פארזייט אין פארדארבלעכקייט, עס שטייט אויף אין אומפארדארבלעכקייט.
43 עס ווערט פארזייט אין אומכבוד, עס שטייט אויף אין הערלעכקייט; עס ווערט פארזייט אין שלאפקייט, עס שטייט אויף מיט גבורה;
44 עס ווערט פארזייט א נאטירלעכער גוף, עס שטייט אויף א רוחניותדיקער גוף. אויב עס איז פאראן א נאטירלעכער גוף, איז אויך פאראן א רוחניותדיקער.
45 און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט.
46 אבער דער ערשטער איז נישט דער רוחניותדיקער, נאר דער נאטירלעכער; דערנאך דער רוחניותדיקער.
47 דער ערשטער מענטש איז פון דער ערד, ערדיש; דער צווייטער מענטש איז מן השמים.
48 ווי דער ערדישער איז, אזוי זענען אויך די ערדישע; און ווי דער הימלישער איז, אזוי זענען אויך די הימלישע.
49 און ווי מיר האבן געטראגן דאס געשטאלט פון דעם ערדישן, אזוי וועלן מיר אויך טראגן דאס געשטאלט פון דעם הימלישן.
50 און דאס דאזיקע זאג איך, ברידער, אז בשר ודם קען נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳; אויך וועט דאס פארדארבלעכע נישט ירשענען די אומפארדארבלעכקייט.
51 אָט זאג איך אייך א סוד: נישט אלע וועלן מיר איינשלאפן, נאר מיר וועלן אלע פארענדערט ווערן.
52 אין א רגע, אין אן אויגנבליק, ביים לעצטן שופר; ווארום מען וועט בלאזן שופר, און די טויטע וועלן אויפשטיין אומפארדארבלעכע, און מיר וועלן פארענדערט ווערן.
53 ווארום דאס דאזיקע פארדארבלעכע מוז זיך אנקליידן מיט אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע מוז אנקליידן אומשטערבלעכקייט.
54 ווען אבער דאס דאזיקע פארדארבלעכע וועט אנקליידן אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע וועט אנקליידן אומשטערבלעכקייט, וועט דעמאלט מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן:
פארשלונגען איז דער טויט אין זיג:
55 אָ טויט, וואו איז דיין נצחון?
אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס?
(ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)
56 דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ;
57 אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
58 דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.