קאפיטל אכצן
1 נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.
2 און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי.
3 און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.
4 און יעדן שבת האט ער גערעדט אין שול, און געזוכט איבערצוצייגן יידן און גריכן.
5 ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח.
6 ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.
7 און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז פון א געוויסן (מאן), מיטן נאמען טיציוס יוסטוס, א יראת שמימדיקער (גר), וועמעס הויז איז געווען ביי דער שול.
8 קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.
9 און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;
10 ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט.
11 און ער האט (דארטן) זיך אויפגעהאלטן א יאר מיט זעקס חדשים, לערנענדיק צווישן זיי דאס ווארט פון ה׳.
12 ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,
13 און געזאגט: דער דאזיקער מאן רעדט איבער די מענטשן צו דינען ה׳ להיפך דער תורה.
14 און ווי פוילוס האט געוואלט אויפעפענען זיין מויל, האט גאליאן געזאגט צו די יידן; אויב עס וואלט טאקע געווען עפעס אן עוולה אדער א בייזע געמיינהייט, יידן, פארשטייט זיך, אז איך וואלט געווען געדולדיק מיט אייך;
15 אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין.
16 און האט זיי פארטריבן פון דער כסא המשפט.
17 און אלע האבן געכאפט סאסטענעסן, דעם גבאי פון שול, און אים געשלאגן פאר דער כסא המשפט; און גאליאן האט זיך נישט אנגענומען (פון דער אנטיסעמיטיזם).
18 און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.
19 און זיי זענען געקומען קיין עפעזוס, און ער האט זיי דארטן איבערגעלאזט; אליין אבער איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט גערעדט צו די יידן.
20 און ווען זיי האבן אים געבעטן צו בלייבן אויף א לענגערער צייט, האט ער נישט איינגעשטימט;
21 נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.
22 און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען.
23 און נאך דעם ווי ער האט (דארטן) פארברענגט א געוויסע צייט, איז ער אוועק, און איז דורכגעגאנגען כסדר די געגנט פון גאלאטיען און פריגיען, שטארקנדיק אלע תלמידים.
24 און א געוויסער ייד, מיטן נאמען אפאלאס, געבוירן אין אלעקסאנדריען, א געלערנטער מאן, מעכטיק אין די כתבי (הקודש), איז געקומען קיין עפעזוס.
25 דער דאזיקער איז געווען געלערנט אין דעם דרך ה׳; און זייענדיק אייפערדיק אין גייסט, האט ער גערעדט און געלערנט גענוי וואס שייך יהושען/ישוען, הגם ער האט בלויז געקענט די מקווה (פון תשובה) פון יוחנן;
26 און האט אנגעהויבן צו רעדן מיט דרייסטקייט אין שול. ווי אבער פריסקילא און אקווילא האבן אים געהערט, האבן זיי אים גענומען צו זיך, און אים נאך גענויער קלאר געמאכט דעם דרך ה׳.
27 וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד;
28 ווארום מיטן גאנצן כוח האט ער געהאלטן וויכוחים מיט די יידן, אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כתבי (הקודש), אז יהושע/ישוע איז דער משיח.