קאפיטל ניינצן
1 און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,
2 האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר מקבל געווען דעם רוח הקודש, ווען איר זענט געווארן מאמינים? האבן זיי געזאגט צו אים: מיר האבן אפילו נישט געהערט, אויב עס געפינט זיך א רוח הקודש.
3 האט ער געזאגט: אויף וואס דען האט איר זיך מקווה געטובלט? און זיי האבן געזאגט: אויף דער מקווה פון תשובה פון יוחנן.
4 האט פוילוס געזאגט: יוחננס מקווה איז געווען א מקווה פון תשובה, זאגנדיק צום פאלק, אז זיי זאלן גלויבן אין דעם, וועלכער וועט קומען נאך אים, דאס הייסט אין יהושען/ישוען.
5 און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.
6 און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.
7 און זיי אלע זענען געווען אן ערך צוועלף מענער.
8 און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.
9 ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס.
10 דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.
11 און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן;
12 אזוי, אז מען פלעגט אוועקטראגן פון זיין לייב טיכלעך אדער פארטיכער צו די שלאפע, און די חלאתן האבן זיי פארלאזט, און די בייזע גייסטער זענען ארויס.
13 און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס!
14 און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“.
15 און דער בייזער גייסט האט געענטפערט און געזאגט צו זיי: יהושען/ישוען קען איך, פוילוסן קען איך אויך; ווער אבער זענט איר?
16 און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט.
17 און דאס דאזיקע איז באקאנט געווארן צו אלע יידן און גריכן, וועלכע האבן געוואוינט אין עפעזוס; און א מורא איז געפאלן אויף זיי אלע, און דעם האר ישועס נאמען איז דערהייבט געווארן.
18 און א סך פון די, וואס האבן געגלויבט, זענען געקומען און זיך מתוודה געווען און דערציילט פון זייערע (פריערדיקע) מעשים.
19 און א סך פון די, וואס האבן זיך פארנומען מיט כישוף, האבן צוזאמענגעברענגט זייערע ביכער, און זיי פארברענט פאר אלעמען אין די אויגן; און מען האט בארעכנט זייער ווערט, און געפונען (אז עס האט באטראפן) פיפציק טויזנט שטיק זילבער.
20 אזוי מעכטיק איז געוואקסן דאס ווארט פון דעם האר און האט זיך געשטארקט.
21 און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.
22 און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.
23 און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳).
24 ווארום א געוויסער מאן, מיטן נאמען דימעטריוס, א זילבערשמיד, וועלכער פלעגט מאכן זילבערנע טעמפלען פון ארטעמיס, און געבן די האנטווערקער נישט קיין קליינעם פארדינסט;
25 האט זיי פארזאמלט און די (אנדערע) בעלי מלאכות פון אזעלכע זאכן, און געזאגט: מענער, איר ווייסט, אז פון דער דאזיקער ארבעט האבן מיר אונדזער וואוילשטאנד.
26 און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;
27 און עס איז א סכנה, אז נישט בלויז אונדזער פאך וועט ווערן צו שפאט, נאר אפילו דער טעמפל פון דער גרויסער ג‑טין ארטעמיס וועט פאר נישט געאכט ווערן; און עס קען נאך זיין, אז עס וועט אוועקגענומען ווערן די מאיעסטעט פון איר, וועמען גאנץ (קליין) אזיען און די באוואוינטע וועלט דינט.
28 און ווי זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן פול מיט צארן, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: גרויס איז די ארטעמיס פון די עפעזער!
29 און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.
30 ווי אבער פוילוס האט געוואלט אריינגיין צווישן דעם פאלק, האבן די תלמידים אים נישט געלאזט.
31 און אויך אייניקע פון די הויכע באאמטע פון (קליין) אזיען, זייענדיק זיינע פריינד, האבן געשיקט צו אים, און געבעטן ער זאל זיך נישט איינשטעלן צו קומען אין טעאטער אריין.
32 און זיי האבן געשריגן, א טייל איין זאך, אנדערע עפעס אנדערש, ווארום די פארזאמלונג איז געווען צעטומלט; און די מערסטע האבן נישט געוואוסט, צוליב וועלכן זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען.
33 און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק.
34 דערוויסנדיק (אין אנטיסעמיטיזם) זיך אבער, אז ער איז א ייד, האבן אלע געשריגן מיט איין קול במשך פון כמעט צוויי שעה; גרויס איז ארטעמיס (די ג-טין) פון די עפעזער!
35 און דער שטאט שרייבער, בארואיקנדיק דעם המון מענטשן, האט געזאגט: אָ מענער פון עפעזוס, צי געפינט זיך דען עמיצער צווישן מענטשן, וואס ווייסט נישט, אז די שטאט פון די עפעזער איז די טעמפל היטערין פון דער גרויסער ארטעמיס און פון איר בילד, וואס איז אראפגעפאלן פון הימל?
36 דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש.
37 ווארום איר האט אהערגעברענגט די דאזיקע מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין טעמפל רויבער, נישט קיין לעסטערער פון אונדזער ג‑טין.
38 דעריבער, אויב דימעטריוס און די האנט ווערקער מיט אים האבן טאקע עפעס א טענה קעגן עמיצן, ווערן (דאך) געהאלטן עפנטלעכע טעג פון משפטים, און עס זענען דא פראקאנסולן; זאלן זיי אנקלאגן איינס דאס אנדערע.
39 אויב אבער איר זוכט עפעס אנדערש, וועט עס געלייזט ווערן אויף דער געזעצלעכער פארזאמלונג.
40 ווארום מיר זענען אויך אין א סכנה, אנגעקלאגט צו ווערן וועגן א מרידה צוליב דער היינטיקער מעשה, ווייל עס איז נישטא קיין סיבה, מיט וועלכער מיר זאלן קענען פארענטפערן דאס דאזיקע מהומה.
41 און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער פאנאנדערגעלאזט די פארזאמלונג.