קאפיטל זיבעצן
און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול. און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש), אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח. און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע. די יידן אבער זענען געווארן אייפערזיכטיק און האבן גענומען אייניקע פארשוינען פון דעם גאסנגעזינדל, און איינגעזאמלט א המון, און געמאכט א מהומה אין דער שטאט; און שטעלנדיק זיך ארום יאזאנס הויז, האבן זיי געזוכט זיי ארויסצוברענגען פארן פאלק. און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען; וועמען יאזאן האט אויפגענומען; און זיי אלע האנדלען קעגן דעם קיסרס געזעצן, זאגנדיק, אז עס איז פאראן אן אנדערער קעניג, יהושע/ישוע. און האבן צארנדיק געמאכט דעם המון און די שטאט מנהיגים, ווען זיי האבן דאס געהערט. און באקומענדיק א פארזיכערונג פון יאזאנען און פון די איבריקע, האבן זיי זיי אפגעלאזט.
10 און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין. 11 און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי. 12 דעריבער האבן אויך א סך פון זיי געגלויבט, און נישט ווייניקע פון די פארנעמע גריכישע פרויען און מענער. 13 נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן. 14 און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן. 15 און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען.
16 און בשעת פוילוס האט געווארט אויף זיי אין אטען, האט זיך זיין גייסט פארביטערט אין אים, זעענדיק ווי די שטאט איז פול מיט אפג‑טער. 17 דעריבער פלעגט ער רעדן מיט די יידן אין שול און מיט די יראת שמימדיקע (גריכן), און יעדן טאג אויפן מארק מיט די לייט, וועמען ער האט געטראפן. 18 און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים. 19 און האבן אים גענומען און אוועקגעפירט צום ארעאפאגוס, און געזאגט: צי קענען מיר וויסן, וואס פאר א נייע לערנונג עס איז די דאזיקע, פון וועלכער דו רעדסט? 20 ווארום דו ברענגסט עפעס פרעמדע זאכן צו אונדזערע אויערן; מיר ווילן דעריבער וויסן, וואס דאס זאל זיין. 21 און אלע אטענער און די פרעמדע, וואס האבן דארטן געוואוינט, פלעגן פארברענגען די צייט נישט מיט קיין שום אנדערס ווי אדער מיט זאגן אדער מיט הערן עפעס נייעס. 22 און פוילוס האט זיך אנידערגעשטעלט אין דער מיט פונם ארעאפאגוס און געזאגט:
מענער פון אטען, פון אלעם זע איך ווי איר זענט פול מיט רעליגיע. 23 ווארום פארבייגייענדיק און זעענדיק אייערע הייליקטימער, האב איך אויך געפונען א מזבח, אויף וועלכן עס איז געווען אויפגעשריבן: צום אומבאקאנטן ג‑ט. זעט, דאס דאזיקע, וואס איר קענט נישט און דינט, זאג איך אייך אָן. 24 דער ג‑ט, וועלכער האט באשאפן די וועלט און אלץ, וואס איז אין איר, ער, וואס איז האר פון הימל און ערד, וואוינט נישט אין טעמפלען האנטגעמאכטע; 25 ער ווערט אויך נישט באדינט פון מענטשלעכע הענט, פונקט ווי ער וואלט עפעס געדארפט, ווארום ער גיט אלעמען לעבן און אטעם און אלץ; 26 און האט פון איין בלוט געמאכט אלע מענטשלעכע פעלקער, צו וואוינען אויף דער גאנצער אייבערפלאך פון דער ערד, באשטימענדיק פעסטגעזעצטע צייטן און די גרענעצן פון זייער וואוינונג; 27 כדי זיי זאלן זוכן ג‑ט, אפשר וועלן זיי אים דערפילן און געפינען, הגם ער איז נישט ווייט פון יעדן איינעם פון אונדז; 28 ווארום אין אים לעבן מיר און באוועגן זיך און האבן א קיום, אזויווי אויך אייניקע פון אייערע פאעטן האבן געזאגט: ווארום אן אפשטאם פון אים זענען מיר. 29 זייענדיק דעריבער פון ג‑טס אפשטאמונג, געשיקט עס זיך נישט (פאר אונדז) צו מיינען, אז די ג‑טהייט איז ענלעך צו גאלד אדער זילבער אדער שטיין, צו א בילד פון מענטשלעכער קונסט און דערפינדונג. 30 און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן; 31 ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.
32 און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך. 33 און אזוי איז פוילוס ארויסגעגאנגען פון זייער מיט. 34 אייניקע מענער אבער האבן זיך באהאפטן צו אים, און געגלויבט, צווישן וועלכע (עס האבן זיך) אויך (געפונען) דיאניזיוס, דער ארעאפאגיטיקער, און א פרוי, מיטן נאמען דאמאריס, און אנדערע מיט זיי.