קאפיטל צוויי און צוואנציק
1 און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע,
2 אינמיטן פון איר גאס. און פון דער זייט און פון יענער זייט פון דעם טייך א בוים פון לעבן, וואס ברענגט צוועלף מינים פירות, און גיט יעדן חודש זיין פרוכט; און די בלעטער פון דעם בוים זענען פאר א רפואה צו די פעלקער.
3 און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען;
4 און וועלן זען זיין פנים; און זיין נאמען וועט זיין אויף זייערע שטערנס.
5 און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.
6 און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—
7 און זע, איך קום באלד—וואויל איז דעם, וועלכער היט אפ די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר.
8 און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן.
9 און ער האט צו מיר געזאגט: גיב אכטונג, טו דאס נישט! איך בין דיין מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, די נביאים, און פון די, וואס היטן אפ די ווערטער, פון דעם דאזיקן ספר; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן!
10 און ער האט צו מיר געזאגט: פארחתמע נישט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר; ווארום די צייט איז נאענט.
11 ווער עס טוט אומרעכט, דער זאל ווייטער טאן אומרעכט; און דער טמא זאל ווייטער זיין טמא; און דער צדיק זאל ווייטער עוסק זיין אין צדקות; און דער קדוש זאל זיך ווייטער הייליקן!
12 זע, איך קום באלד; און מיין שכר איז מיט מיר, צו פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיין מעשים.
13 איך בין דער אלף און דער תוו, דער ערשטער און דער לעצטער, דער אנהויב און דער סוף.
14 וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.
15 אינדרויסן זענען די כלבים און די מכשפים און די זונים און די רוצחים און די געצנדינער, און יעדער איינער, וועלכער האט ליב און איז עוסק אין שקר.
16 איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.
17 און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.
18 איך זאג עדות צו יעדן איינעם, וועלכער הערט די ווערטער פון דער נבואה פון דעם דאזיקן ספר: ווען עמיצער וועט צולייגן צו זיי, וועט ה׳ ארויפלייגן אויף אים די מכות, וואס שטייען געשריבן אין דעם דאזיקן ספר;
19 און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.
20 דער עדות פון די דאזיקע זאכן זאגט: יא, איך קום באלד. אמן; קום האר יהושע/ישוע!
21 דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.