קאפיטל איין און צוואנציק
און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.) און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן. און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי, און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי. און דער, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, האט געזאגט: זע, איך מאך אלץ ניי! נאך האט ער געזאגט: שרייב! מחמת די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק! און האט צו מיר געזאגט: עס איז געשען. איך בין דער אלף און דער תוו, דער אנהויב און דער סוף. איך וועל געבן דעם דורשטיקן אויס דעם קוואל פון וואסער פון לעבן אומזיסט. ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון. די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!
און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב. 10 און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳, 11 האבנדיק ה׳ס הערלעכקייט; איר ליכט איז געווען גלייך צום טייערן שטיין, ווי א יאספיס שטיין, לויטער קריסטאל; 12 האבנדיק א גרויסע און הויכע מויער, מיט צוועלף טויערן, און אויף די טויערן צוועלף מלאכים; און נעמען זענען געווען אויפגעשריבן, וואס זענען די נעמען פון די צוועלף שבטים פון די קינדער ישראל; 13 פון מזרח זייט דריי טויערן, און פון צפון זייט דריי טויערן, און פון דרום זייט דריי טויערן, און פון מערב זייט דריי טויערן. 14 און די מויער פון דער שטאט האט צוועלף פונדאמענטן, און אויף זיי זענען די צוועלף נעמען פון די צוועלף שליחים פון דעם לעמעלע. 15 און דער, וואס האט מיט מיר גערעדט, האט געהאט א מאסשטאב, א גאלדענעם שטעקן, כדי צו מעסטן די שטאט און אירע טויערן און איר מויער. 16 און די שטאט ליגט פירעקיק, און איר לענג איז אזויפיל ווי איר ברייט; און ער האט געמאסטן די שטאט מיט דעם שטעקן, צוועלף טויזנט סטאדיען; איר לענג און ברייט און הויך זענען גלייך. 17 און האט געמאסטן איר מויער, הונדערט און פיר און פערציק איילן, ווי די מאס פון א מענטשן, דאס הייסט פון א מלאך. 18 און דער בוי פון איר מויער איז יאספיס; און די שטאט איז פון לויטער גאלד, ענלעך צו לויטער גלאז. 19 די פונדאמענטן פון דער מויער פון דער שטאט זענען באצירט מיט כלערליי טייערע שטיינער. דער ערשטער פונדאמענט, א יאספיס; דער צווייטער, א שאפיר; דער דריטער, א אגאט; דער פערטער, א שמאראק; 20 דער פיפטער, א סארדאניקס; דער זעקסטער, א רובין; דער זיבעטער, א כריזאליט; דער אכטער, א בעריל; דער ניינטער, א טאפאז; דער צענטער, א כריזאפראס; דער עלעפטער, א היאצינט; דער צוועלפטער, אן אמעטיסט. 21 און די צוועלף טויערן זענען צוועלף פערל, איטלעכעס איינע טויער איז געווען פון איין פערל; און די גאס פון דער שטאט לויטער גאלד, ווי דורכזיכטיק גלאז. 22 און קיין היכל האב איך אין איר נישט געזען; ווארום דער האר ג‑ט, כביכול, און דאס לעמעלע זענען איר היכל. 23 און די שטאט דארף נישט האבן די זון, נישט די לבנה, זי צו באלויכטן; ווארום דער כבוד פון ה׳ האט געשיינט איבער איר, און דאס לעמעלע איז איר ליכט. (ישעיהו ס, יט.) 24 און די פעלקער וועלן גיין אין איר ליכט; און די מלכים פון דער ערד ברענגען זייער הערלעכקייט צו איר. 25 און אירע טויערן וועלן נישט פארשלאסן ווערן בייטאג; ווארום עס וועט דארטן נישט זיין קיין נאכט; 26 און מען וועט ברענגען צו איר דעם כבוד און די פראכט פון די פעלקער; 27 און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.