קאפיטל ניינצן
1 נאך דעם האב איך געהערט ווי א הויך קול פון א גרויסן המון מענטשן אין הימל זאגן: הללויה! די ישועה און דער כבוד און די מאכט געהערן צו אונדזער ג‑ט;
2 ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט.
3 און א צווייטמאל האבן זיי געזאגט: הללויה! און דער רויך אירער שטייגט ארויף לעלמי עולמים!
4 און די פיר און צוואנציק זקנים זענען אנידערגעפאלן און די פיר חיות האבן זיך געבוקט צו ה׳, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און האבן געזאגט: אמן! הללויה!
5 און עס איז ארויסגעגאנגען א קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: לויבט אונדזער ג‑ט, אלע זיינע קנעכט, איר, וועלכע האבן מורא פאר אים, די קליינע און די גרויסע.
6 און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך!
7 לאמיר זיך משמח זיין און פרייען, און אים אפגעבן כבוד; ווייל עס איז געקומען די סעודות נישואין פון דעם לעמעלע, און זיין ווייב האט זיך צוגעגרייט.
8 און עס איז איר געגעבן געווארן, זיך אנצוקליידן אין פיינער לייוונט, ליכטיק און לויטער; ווארום די פיינע לייוונט איז די צדקות פון די קדושים.
9 און ער האט צו מיר געזאגט: שרייב: וואויל איז די, וואס זענען גערופן צו דעם סעודות נישואין פון דעם לעמעלע! און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע זענען די ווארהאפטיקע ווערטער פון ה׳.
10 און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.
11 און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה.
12 און זיינע אויגן זענען ווי א פלאם פייער, און אויף דעם קאפ זיינעם האט ער א סך קרוינען; און א נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער קען נישט אחוץ ער אליין.
13 און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט).
14 און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס.
15 און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן.
16 און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.
17 און איך האב געזען א מלאך שטיין אין דער זון, און ער האט געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן צו אלע פייגל, וואס פליען אינמיטן הימל: קומט, זאמלט אייך איין צו ה׳ס גרויסער סעודה;
18 כדי איר זאלט עסן דאס פלייש פון מלכים און דאס פלייש פון הויפטלייט און דאס פלייש פון גיבורים און דאס פלייש פון פערד און פון זייערע רייטער, און דאס פלייש פון אלע פרייע (מענטשן) און פון קנעכט, פון קליין און פון גרויס!
19 און איך האב געזען די חיה, און די מלכים פון דער ערד און זייערע חיילות, פארזאמלט צו פירן מלחמה מיט דעם רייטער אויף דעם פערד און מיט זיינע הערשארן.
20 און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;
21 און די איבריקע זענען געטייט געווארן מיט דער שווערד, וואס גייט ארויס פון דעם מויל פון דעם רייטער אויפן פערד; און אלע פייגל זענען זאט געווארן פון זייער פלייש.