קאפיטל אכצן
נאך דעם האב איך געזען אן אנדערן מלאך אראפקומען פון הימל, האבנדיק גרויס מאכט; און די ערד איז באלויכט געווארן פון זיין הערלעכקייט. און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל! מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.
און איך האב געהערט אן אנדער קול פון הימל זאגן: קומט ארויס פון איר, אָ מיין פאלק, כדי איר זאלט נישט האבן קיין אנטייל אין אירע זינד, און אז איר זאלט נישט באקומען פון אירע מכות; ווייל אירע חטאים האבן דערגרייכט ביז צום הימל, און ה׳ האט זיך דערמאנט אירע אומגערעכטיקייטן. פארגעלט איר, ווי זי האט פארגעלטן, און מאכט עס כפלי כפלים לויט אירע מעשים; אין דעם בעכער, אין וועלכען זי האט געמישט, זאלט איר מישן טאפלט פאר איר! אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען. דעריבער אין איין טאג וועלן זיי קומען, די מכות אירע, דער טויט און פיין און הונגער; און זי וועט פארברענט ווערן אין פייער; ווייל שטארק איז דער האר ג‑ט, וועלכער משפט זי. און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער; 10 פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען. 11 און די סוחרים פון דער ערד וויינען און קלאגן איבער איר, ווייל קיינער קויפט נישט מער זייער סחורה; 12 סחורה פון גאלד און פון זילבער און פון טייערע שטיינער און פון פערל און פון פיינע לייוונט און פון פורפור און פון זיידנס און פון שארלאך, און יעדעס שמעקעדיקע האלץ און כלערליי כלים פון העלפאנטביין און אלע געפעסן פון קאסטבאר האלץ און פון קופער און אייזן און מארמארשטיין, 13 און צימערינג און באלזאם און רויך געווירצן און מירע און וויירויך און וויין און בוימל און זעמלמעל און ווייץ און לאסט בהמות און שאף, און פערד און וועגנס, און שקלאפן און מענטשלעכע נפשות. 14 און דאס פירות, וואס דיין זעל האט געגלוסט, איז אוועק פון דיר, און איטלעכע פראכט און גלאנץ איז דיר פארלוירן געגאנגען, און מען וועט זיי בשום אופן מער נישט געפונען. 15 די דאזיקע סוחרים, וואס זענען פון איר רייך געווארן, וועלן שטיין פונדערווייטנס צוליב דער אימה פון אירע ליידן, און וועלן וויינען און טרויערן, זאגנדיק: 16 וויי, וויי, די גרויסע שטאט, וואס איז געווען אנגעטאן אין סאטינס און פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און קאסטבארע שטיינער און פערל! 17 אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס, 18 און האבן געשריגן, זעענדיק דעם רויך פון איר ברענען, אזוי צו זאגן: ווער (צווישן שטעט) איז גלייך צו דער גרויסער שטאט? 19 און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן. 20 פריי דיך איבער איר, אָ הימל, און די קדושים, און די שליחים, און די נביאים; ווייל ה׳ האט געמשפט אייער משפט אויף איר.
21 און א שטארקער מלאך האט אויפגעהויבן א שטיין, ווי א גרויסער מילשטיין, און אים געווארפן אין ים אריין, זאגנדיק: מיט אזא אימפעט אָ וועט בבל, די גרויסע שטאט, צעווארפן ווערן, און זיך שוין מער נישט געפינען! 22 און קיין קלאנג פון הארפנשפילער און זינגער און שפילער אויף א פלייט און טרומייטערער וועט שוין מער נישט געהערט ווערן אין דיר; און קיין קינסטלער פון קיין שום קונסט וועט אין דיר מער נישט געפונען ווערן; און דאס גערויש פון א מיל וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; 23 און דאס ליכט פון א לייכטער וועט מער נישט שיינען אין דיר; און דאס קול פון א חתן און א כלה וועט מער נישט געהערט ווערן אין דיר; מחמת דיינע קויפלייט זענען געווען די פירשטן פון דער ערד; ווייל דורך דיין כישוף זענען פארפירט געווארן אלע פעלקער. 24 און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד.