קאפיטל זעכצן
1 און איך האב געהערט א הויך קול פון דעם היכל זאגן צו די זיבן מלאכים: גייט, און גיסט אויס די זיבן געפעסן פון ה׳ס צארן אויף דער ערד!
2 און דער ערשטער איז אוועק, און האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער ערד; און עס זענען געקומען בייזע און ווייטיקדיקע געשווירן אויף די מענטשן, וואס האבן געהאט דעם סימן פון דער חיה און וואס האבן זיך געבוקט צו איר בילד.
3 און דער צווייטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם ים; און עס איז געווארן צו בלוט, ווי פון א מת; און עס איז אפגעשטארבן יעדעס לעבעדיקע באשעפעניש, וואס איז געווען אין ים.
4 און דער דריטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף די טייכן און קוואלן וואסערן; און זיי זענען געווארן צו בלוט.
5 און איך האב געהערט דעם מלאך פון די וואסערן זאגן: דו ביסט גערעכט, וואס ביסט און ביסט געווען, דער הייליקער, מחמת דו האסט אזוי געמשפט;
6 ווארום זיי האבן פארגאסן דאס בלוט פון קדושים און נביאים, און בלוט האסטו זיי געגעבן צו טרינקען; זיי זענען עס ווערט.
7 און איך האב געהערט דעם מזבח זאגן: יא, האר, ג‑ט אלמעכטיקער, ווארהאפטיק און גערעכט זענען דיינע משפטים!
8 און דער פערטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער זון; און עס איז איר געגעבן געווארן אפצוזענגען די מענטשן מיט פייער.
9 און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים.
10 און דער פיפטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם טראן פון דער חיה; און איר מלכות איז פארפינסטערט געווארן; און זיי האבן זיך צעביסן זייערע צונגען פון שמארץ,
11 און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים.
12 און דער זעקסטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם גרויסן טייך, דעם טייך פרת; און זיין וואסער איז אויסגעטרוקנט געווארן, כדי עס זאל צוגעגרייט ווערן דער וועג פאר די מלכים פון דעם אויפגאנג פון דער זון.
13 און איך האב געזען פון דעם מויל פון דער שלאנג און פון דעם מויל פון דער חיה און פון דעם מויל פון דעם פאלשן נביא ארויסגיין דריי אומריינע רוחות, ווי פרעש;
14 ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—
15 זע, איך קום ווי א גנב! וואויל איז דעם, וועלכער וואכט און היט אפ זיינע מלבושים, כדי ער זאל נישט ארומגיין נאקעט, און מען זאל נישט זען זיין שאנד!—
16 און זיי האבן זיי איינגעזאמלט אויף אן ארט, וואס הייסט אויף לשון קודש הר מגידון.
17 און דער זיבעטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אין דער לופטן; און עס איז ארויסגעקומען א הויך קול אויס דעם היכל, פון דעם כסא הכבוד, זאגנדיק: עס איז געשען!
18 און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן; און עס איז געווארן א געוואלדיקע ערדציטערניש, וואס אזעלכעס איז נישט געשען זינט עס איז געווען א מענטש אויף דער ערד, אזא ערדציטערניש, אזוי געוואלדיק.
19 און די גרויסע שטאט איז (צעריסן) געווארן אויף דריי חלקים, און די שטעט פון די אומות (העולם) זענען איינגעפאלן; און בבל די גרויסע איז געדענקט געווארן פאר ה׳, אז ער זאל איר געבן דעם בעכער פון צארנוויין פון זיין גרימצארן.
20 און יעדע אינדזל איז פארשווונדן, און די בערג האבן זיך מער נישט געפונען.
21 און א גרויסער האגל, ווי א צענטנער וואג, איז געפאלן פון הימל אויף די מענטשן; און די מענטשן האבן געלעסטערט ה׳ צוליב דער מכה פון האגל; ווייל די דאזיקע מכה איז געווען שרעקלעך גרויס.