קאפיטל דרייצן
און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג. און די חיה, וואס איך האב געזען, איז געווען ענלעך צו א לעמפערט, און אירע פיס, ווי פון א בער, און איר מויל, ווי דאס מויל פון א לייב; און די שלאנג האט איר געגעבן איר גבורה און איר טראן און גרויסע ממשלה. און איינער פון אירע קעפ, ווי פארוואונדעט צום טויט; און איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט; און די גאנצע ערד האט נאכגעקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דער חיה; און מען האט זיך געבוקט צו דער שלאנג, ווייל זי האט געגעבן די ממשלה צו דער חיה; אויך האט מען זיך געבוקט צו דער חיה, אזוי צו זאגן: ווער איז גלייך צו דער חיה? און ווער קען מלחמה האלטן מיט איר? און עס איז איר געגעבן געווארן א מויל, וואס רעדט גרויסע זאכן און לעסטערונגען; און עס איז איר געגעבן געווארן מאכט צו טאן (אירע מעשים) צוויי און פערציק חדשים לאנג. און זי האט געעפנט איר מויל צו לעסטערונגען אנטקעגן ה׳, צו לעסטערן זיין נאמען און זיין משכן און די, וועלכע וואוינען אין הימל. און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.) און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם. אויב עמיצער האט אן אויער, זאל ער הערן. 10 אויב איינער נעמט געפאנגען, וועט ער גיין אין געפאנגענשאפט; אויב איינער טייט מיט דער שווערד, מוז ער אליין געטייט ווערן מיט דער שווערד. דא אָ איז די סבלנות און דער גלויבן פון די קדושים.
11 און איך האב געזען אן אנדערע חיה ארויפשטייגן פון דער ערד; און זי האט געהאט צוויי הערנער, ענלעך צום לעמעלע, און גערעדט ווי א שלאנג. 12 און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט. 13 און טוט גרויסע מופתים, אז אפילו פייער פון הימל מאכט זי אראפנידערן אויף דער ערד פאר די מענטשן. 14 און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן. 15 און עס איז איר געגעבן געווארן אריינצוגעבן אטעם אין דעם בילד פון דער חיה, כדי דאס בילד פון דער חיה זאל אויך רעדן, און מאכן, אז אלע, וואס וועלן זיך נישט בוקן צום בילד פון דער חיה, זאלן געטייט ווערן. 16 און זי מאכט אלעמען, די קליינע און די גרויסע, סאי די רייכע סאי די ארעמע, סאי די פרייע סאי די קנעכט, אז זיי זאלן זיך געבן א סימן אויף זייער רעכטער האנט אדער אויף זייער שטערן; 17 און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען. 18 דא איז די חכמה. ווער עס האט פארשטאנד, דער זאל בארעכענען די צאל פון דער חיה; ווארום עס איז די צאל פון א מענטשן; און איר צאל איז זעקס הונדערט זעקס און זעכציק.