קאפיטל זיבן
1 אדער צי ווייסט איר נישט, ברידער—ווארום איך רעד צו די, וואס קענען די תורה—אז די תורה הערשט איבער דעם מענטשן כל זמן ער לעבט?
2 ווארום די פארהייראטע פרוי איז מן התורה געבונדן צום מאן ביים לעבן; ווען אבער דער מאן שטארבט, איז זי פטור פונם געזעץ פון מאן.
3 דעריבער, ווען ביים מאנס לעבן זי וועט זיך איבערגעבן צו אן אנדערן מאן, וועט זי גערופן ווערן נואפת; אבער אויב דער מאן שטארבט, איז זי פריי פון דעם געזעץ, און נישט קיין נואפת, ווען זי ווערט (דאס ווייב) פון אן אנדערן מאן.
4 אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
5 ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.
6 איצט אבער זענען מיר פטור פון דער געזעץ, זייענדיק געשטארבן וואס שייך דעם, צו וועלכן מיר זענען געווען געבונדן, כדי מיר זאלן דינען אין דער באנייאונג פונם גייסט, און נישט לויט דער אלטקייט פונם אות.
7 וואס וועלן מיר דעריבער זאגן? אז די געזעץ איז זינד? חס ושלום! נאר ווען נישט דורך דער געזעץ, וואלט איך נישט געוואוסט פון דער זינד; ווייל, וואלט די געזעץ נישט געזאגט: דו זאלסט נישט גלוסטן (שמות כ, יז.), וואלט איך פון גלוסטיקייט תאווה נישט געוואוסט;
8 און די זינד, געפינענדיק א סיבה דורך דעם געבאט, האט אויפגעוועקט אין מיר יעדע תאווה; ווארום אָן א געזעץ איז די זינד טויט.
9 און אמאל האב איך געלעבט אָן א געזעץ; איז געקומען דאס געבאט, האט די זינד אויפגעלעבט, און איך בין געשטארבן;
10 און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דאס געבאט, וואס האט געזאלט זיין צום לעבן (ויקרא יח, ה.), איז מיר געווארן צום טויט;
11 ווארום די זינד, געפינענדיק א סיבה אינם געבאט, האט מיך פארפירט און דאדורך מיך געטייט.
12 אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
13 צי איז דען דאס גוטע געווארן פאר מיר דער טויט? חס ושלום! נאר די זינד, כדי זי זאל דערשיינען אלס זינד, ווירקנדיק פאר מיר דעם טויט דורך דעם גוטן—כדי דורך דעם געבאט זאל זיך ארויסווייזן ווי זייער זינדיק זינד איז.
14 ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
15 ווארום איך ווייס נישט וואס, איך טו; ווייל איך טו נישט דאס, וואס איך וויל, נאר וואס איך האס, דאס טו איך.
16 און אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, בין איך מודה, אז די תורה איז גוט.
17 און איצט בין איך עס מער נישט, וואס טוט דאס, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
18 ווארום איך ווייס, אז אין מיר, דאס הייסט אין מיין פלייש, וואוינט נישט קיין שום גוטס; ווייל ביי מיר איז פאראן דער רצון, אבער דאס ווירקן דאס גוטע—נישט.
19 ווארום דאס גוטע, וואס איך וויל, טו איך נישט; נאר דאס שלעכטע, וואס איך וויל נישט, דאס טו איך יא.
20 אבער אויב איך טו דאס, וואס איך וויל נישט, ווירק איך עס נישט מער, נאר די זינד, וואס וואוינט אין מיר.
21 אזוי ארום געפין איך דאס געזעץ, ווען איך וויל טאן דאס גוטע, אז דאס שלעכטע איז ביי מיר.
22 ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;
23 איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים.
24 אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט?
25 געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד.