קאפיטל דרייצן
1 אין יענעם טאג איז יהושע/ישוע ארויסגעגאנגען פון הויז, און האט זיך אנידערגעזעצט ביים ים.
2 און גרויסע המונים מענטשן האבן זיך פארזאמלט צו אים, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט; און די גאנצע מאסע מענטשן איז געשטאנען ביים ברעג.
3 און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;
4 און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען.
5 אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף שטייניקע ערטער, וואו עס האט נישט געהאט קיין סך ערד; און עס האט באלד ארויסגעשפראצט, דערפאר וואס עס האט נישט געהאט קיין טיפע ערד;
6 ווען אבער די זון איז אויפגעגאנגען, איז עס פארוועלקט געווארן, און צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין ווארצל, איז עס פארדארט געווארן.
7 און אן אנדער ביסל איז געפאלן צווישן די דערנער; און די דערנער זענען אויפגעוואקסן, און האבן עס דערשטיקט.
8 אן אנדער ביסל איז אבער געפאלן אויף דער גוטער ערד, און עס האט געברענגט פרוכט, איינס הונדערטפאכיק, איינס זעכציקפאכיק, און איינס דרייסיקפאכיק.
9 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!
10 און די תלמידים זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: פארוואס רעדסטו צו זיי אין משלים?
11 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.
12 מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.
13 דערפאר רעד איך צו זיי אין משלים; ווייל זיי קוקן און זען דאך נישט, און הערן און הערן דאך נישט, און פארשטייען אויך נישט.
14 און אויף זיי ווערט דערפילט ישעיהוס נבואה, וואס זאגט:
מיט די אויערן וועט איר הערן, און נישט פארשטיין,
און קוקנדיק וועט איר קוקן, און דאך נישט זען!
15 מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק,
און מיט די אויערן הערן זיי שווער,
און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט;
טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן,
און מיט די אויערן געהערט,
און מיטן הארצן פארשטאנען,
און זיך אומגעקערט,
און איך וואלט זיי געהיילט.
(ישעיהו ו, ט-י.)
16 אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן.
17 מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
18 דעריבער זאלט איר הערן דאס משל פון דעם זייער.
19 ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.
20 און דער, וואס איז געזייט געווארן אויף שטייניקע ערטער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און נעמט עס גלייך אויף מיט שמחה;
21 ער האט אבער נישט קיין שורש אין זיך, נאר איז לפי שעה. און קומט א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלט ער באלד.
22 און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.
23 דער אבער, וואס איז געזייט אויף דער גוטער ערד, דאס איז דער וואס הערט דאס ווארט, און פארשטייט עס; ער ברענגט שוין יא פירות, און איינער ברענגט הונדערטפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער דרייסיק.
24 אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד.
25 און בשעת די לייט זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט אומקרויט צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען.
26 און ווען דאס גראז האט אויפגעשפראצט, און געברענגט פרוכט, האט זיך דעמאלט אויך דאס אומקרויט באוויזן.
27 און די קנעכט פון דעם בעל הבית זענען צוגעגאנגען און האבן געזאגט צו אים: האר, צי האסטו דען נישט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען זשע האט עס אומקרויט?
28 ער אבער האט צו זיי געזאגט: דאס האט א מענטש, א שונא, געטאן! זאגן די קנעכט צו אים: צי ווילסטו זשע אז מיר זאלן גיין און עס אויסרייסן?
29 זאגט ער: ניין, טאמער, אויסרייסנדיק דאס אומקרויט, וועט איר צוגלייך דערמיט אויך אויסווארצלען דעם ווייץ.
30 לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
31 אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד.
32 דאס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות; נאר ווען עס וואקסט אויף, איז עס גרעסער ווי אלע קרייטעכצער, און עס ווערט א בוים, אז די פייגל פון הימל קומען און מאכן זיך נעסטן אין זיינע צווייגן.
33 אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן.
34 דאס אלץ האט יהושע/ישוע גערעדט צו די המונים מענטשן אין משלים; און אָן א משל האט ער צו זיי גארנישט גערעדט,
35 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים;
איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס.
(תהלים עח, ב.)
36 דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד.
37 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס זייט דעם גוטן זאמען, איז דער בר אנש;
38 און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן;
39 און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים.
40 דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט.
41 דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות,
42 און וועלן זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
43 דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.
44 דאס מלכות השמים איז גלייך צו א פארבארגענעם אוצר אין א פעלד; וואס א מענטש האט געפונען, און פארבארגן; און פאר פרייד גייט ער און פארקויפט אלץ, וואס ער האט, און קויפט יענץ פעלד.
45 ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א סוחר, וואס זוכט שיינע פערל.
46 און ווען ער האט געפונען איינע, א זייער טייערע פערל, איז ער געגאנגען און פארקויפט אלץ, וואס ער האט געהאט, און האט זי געקויפט.
47 ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים.
48 וואס, ווען זי איז געווארן פול, האט מען זי ארויסגעצויגן אויפן ברעג, און מען האט זיך אנידערגעזעצט, און געזאמלט די גוטע מינים אין געפעסן אריין, די שלעכטע אבער האט מען אוועקגעווארפן.
49 אָט אזוי וועט עס זיין ביים קץ פון דער וועלט. די מלאכים וועלן ארויסגיין, און וועלן אפשיידן די רשעים פון צווישן די צדיקים,
50 און זיי ווארפן אין דעם אויוון פון פייער אריין. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
51 האט איר דאס אלץ פארשטאנען? זאגן זיי צו אים: יא!
52 און ער האט צו זיי געזאגט: דערפאר איז יעדער איינער סופר, וואס איז געלערנט צום מלכות השמים, גלייך צו א מענטשן א בעל הבית, וואס ברענגט ארויס פון זיין אוצר נייע און אלטע זאכן.
53 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע משלים, איז ער פון דארטן אוועק.
54 און איז געקומען אין זיין לאנד אריין, און האט זיי געלערנט אין זייער שול, אז זיי האבן געשטוינט און געזאגט: פונוואנען האט ער די דאזיקע חכמה, און די וואונדער?
55 איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה?
56 און זענען דען נישט אלע זיינע שוועסטער ביי אונדז? פונוואנען זשע קומט צו אים דאס אלץ?
57 און זיי זענען ניכשל געווארן אין אים. יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד, אחוץ אין זיין פאטערלאנד, און אין זיין אייגן הויז!
58 און ער האט דארטן נישט געטאן קיין סך וואונדער צוליב זייער אומגלויבן.