קאפיטל עלף
און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט.
ווען אבער יוחנן האט געהערט אין תפיסה די מעשים פון דעם משיח, האט ער געשיקט דורך זיינע תלמידים. און געזאגט צו אים: ביסטו דער, וואס זאל קומען, אדער האבן מיר צו ווארטן אויף אן אנדערן? און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר הערט און זעט: בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. און וואויל איז דעם, וואס וועט נישט שטרויכלען אין מיר! און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט? נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן אנגעטאן אין פיינע מלבושים? זע, די וואס טראגן פיינע מלבושים, זענען אין די הייזער פון די מלכים! נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען? צו זען א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. 10 דאס איז ער, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:
זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים,
ער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר.
(מלאכי ג, א.)
11 באמת זאג איך אייך, עס איז נישט אויפגעשטאנען צווישן די ילודי אשה קיין גרעסערער ווי יוחנן פון דער (ירדן) מקווה. דאך איז דער קלענסטער אין דעם מלכות השמים גרעסער ווי ער. 12 אבער פון די טעג פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה ביז איצט ליידט דאס מלכות השמים געוואלד, און די, וואס טאן געוואלד רייסן עס צו זיך. 13 מחמת אלע נביאים און די תורה האבן נבואות געזאגט ביז יוחנן. 14 און אויב איר ווילט עס אננעמען, איז ער אליהו, וואס דארף קומען. 15 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן! 16 צו וועמען אבער זאל איך פארגלייכן דאס דאזיקע דור? עס איז גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויף די מארקן און רופן צו זייערע חברים, 17 און זאגן; מיר האבן געשפילט פאר אייך אויף פייפלעך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געזונגען קלאגלידער, און איר האט נישט געוויינט! 18 מחמת יוחנן איז געקומען, האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען, און מען זאגט: ער האט א בייזן גייסט! 19 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.
20 דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן. 21 וויי צו דיר, כורזין! וויי צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען ביי אייך, וואלטן זיי שוין לאנג צוריק געהאט תשובה געטאן אין זאק און אין אש. 22 דאך זאג איך אייך, עס וועט זיין גרינגער פאר צור און צידון אין טאג פון משפט, ווי פאר אייך! 23 און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג! 24 דאך זאג איך אייך, אז עס וועט זיין גרינגער פאר דעם לאנד פון סדום אינם טאג פון משפט, ווי פאר דיר!
25 אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער! 26 יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר. 27 אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין. 28 קומט צו מיר אלע, וואס הארעווען שווער און זענען באלאסטעט, און איך וועל אייך געבן רו. 29 נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות. 30 מחמת מיין יאך איז אנגענעם, און מיין לאסט איז גרינג!