קאפיטל צוויי און צוואנציק
און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח. און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.
און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף. און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי, און זיי האבן זיך דערפריידט, און האבן אפגעמאכט אים צו געבן געלט. און ער האט (עס) צוגעזאגט, און געזוכט א געלעגנהייט אים איבערצוגעבן צו זיי אָן א צוזאמענגעלויף.
און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח. און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: וואו ווילסטו, אז מיר זאלן עס צוגרייטן? 10 האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין. 11 און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים? 12 און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן. 13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
14 און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים. 15 און האט צו זיי געזאגט: מיט א באגער האב איך באגערט צו עסן דאס דאזיקע (קרבן) פסח מיט אייך, איידער איך גיי ליידן; 16 ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 17 און נעמענדיק א בעכער, האט ער געמאכט א ברכה און געזאגט: נעמט דעם דאזיקן, און צעטיילט אים צווישן זיך, 18 ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען. 19 און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר! 20 דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך. 21 דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש. 22 יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן! 23 און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
24 און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן. 25 ער אבער האט צו זיי געזאגט: די מלכים פון די פעלקער הערשן איבער זיי, און זייערע מושלים רופט מען וואוילטעטער. 26 איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת. 27 ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת. 28 איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע; 29 און איך באשטים פאר אייך א מלכות, אזוי ווי מיין פאטער האט פאר מיר באשטימט, 30 כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל. 31 שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ; 32 איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער! 33 ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט! 34 ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!
35 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט! 36 האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד. 37 ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף. 38 און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג!
39 און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט. 40 און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון! 41 און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן, 42 אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען! 43 און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט. 44 און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד. 45 און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער. 46 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
47 בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן, 48 יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: יהודה, מיט א קוש פארראטסטו דעם בר אנש? 49 און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד? 50 און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער. 51 יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט. 52 און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען! 53 ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.
54 און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס. 55 און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי. 56 א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים! 57 און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט! 58 און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט! 59 און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי! 60 פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט. 61 און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. 62 און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.
63 און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן. 64 און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן? 65 און א סך אנדערע לעסטערונגען האבן זיי געזאגט קעגן אים.
66 און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט: 67 אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן; 68 און אויב איך וועל פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן. 69 פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.) 70 האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס! 71 זיי אבער האבן געזאגט: וואס דארפן מיר נאך אן עדות זאגן? ווארום מיר אליין האבן עס געהערט פון זיין מויל.