דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די גאלאטער
1
1 פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע,
2 און אלע ברידער, וואס זענען מיט מיר, צו די קהלות פון גאלאטיען:
3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח,
4 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערע זינד, כדי אונדז ארויסצוראטעווען פון דער איצטיקער בייזער וועלט, לויט דעם רצון פון ג‑ט און אונדזער פאטער;
5 צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
6 איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה;
7 וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח.
8 נאר אפילו ווען מיר (אליין), אדער א מלאך פון הימל, זאל אייך אנזאגן א בשורה אויסער דער, וואס מיר האבן אייך אנגעזאגט, זאל ער זיין אין חרם.
9 אזוי ווי מיר האבן פריער געזאגט, און איך זאג עס איצט ווידער: אויב עמיצער זאגט אייך אָן א בשורה אחוץ דער, וואס איר האט אנגענומען, זאל ער זיין אין חרם.
10 ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.
11 ווארום איך מאך אייך באקאנט, ברידער, אז די גוטע בשורה, וואס ווערט אנגעזאגט פון מיר, איז נישט לויט א מענטשן.
12 ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן.
13 ווארום איר האט דאך געהערט פון מיין התנהגות אמאל אין דעם יידישן דת, אז איבער דער מאס האב איך פארפאלגט די קהלה פון ה׳ און זי וויסט געמאכט;
14 און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות.
15 ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן,
16 צו אנטפלעקן זיין זון אין מיר, כדי איך זאל אים אנזאגן צווישן די אומות העולם: האב איך גלייך מיך נישט באראטן מיט בשר ודם,
17 און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.
18 שפעטער, אין דריי יאר ארום, בין איך ארויפגעגאנגען קיין ירושלים זיך צו באקענען מיט כיפא, און בין פארבלייבן ביי אים פיפצן טעג.
19 און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער.
20 וואס אבער איך שרייב צו אייך, אָט פאר ה׳, אז איך זאג נישט קיין שקר.
21 נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען.
22 און איך בין אבער געווען אומבאקאנט פנים אל פנים צו די קהלות אין יהודה, וועלכע זענען אינם משיח;
23 זיי האבן נאר בלויז געהערט: דער, וואס האט אונדז אמאל פארפאלגט, זאגט איצט אָן די אמונה, וועלכע ער האט פריער צעשטערט (ציטירן ניטציטירן);
24 און האבן פארהעלעכט ה׳ צוליב מיר.