קאפיטל צוויי
1 און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,
2 אין וועלכע איר זענט אמאל געווען לויט דעם צייטלויף פון דער וועלט, לויט דעם שר פון דער מאכט פון דער לופט, פון דעם גייסט, וואס ווירקט איצט אין די קינדער פון ווידערשפעניקייט—
3 צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—
4 ה׳ אבער, זייענדיק רייך אין רחמים, האט צוליב זיין גרויסער ליבע, מיט וועלכער ער האט אונדז ליב געהאט,
5 אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—
6 און האט אונדז אויפגעוועקט און אונדז אוועקגעזעצט צוזאמען מיט דעם משיח יהושע/ישוע אין די הימלישע ערטער;
7 כדי צו ווייזן אין די קומענדיקע וועלטצייטן די שפע פון דער עשירות פון זיין חסד אין גוטסקייט לגבי אונדז אינם משיח יהושע/ישוע:
8 ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;
9 נישט פון מעשים (טובים), כדי קיינער זאל זיך נישט בארימען.
10 ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.
11 צוליב דעם זאלט איר געדענקען, אז אמאל זענט איר געווען אומות (העולם) אינם פלייש, וואס זענען גערופן געווארן ערלים פון די, וואס הייסן נמולים—א מילה אינם פלייש, א מיט הענט געמאכטע—
12 אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.
13 איצט אבער אינם משיח יהושע/ישוע איר, וואס זענט אמאל געווען ווייט, זענט געווארן נאענט דורך דעם (כפרה) בלוט פון דעם משיח.
14 ווארום ער איז אונדזער שלום, וועלכער האט געמאכט די ביידע איינס און האט צעשטערט די אפשיידנדיקע מחיצה, די שנאה, מיט זיין אייגן לייב,
15 בטל מאכנדיק די געזעץ פון מצוות און חוקות; כדי אין זיך אליין צו באשאפן פון די צוויי איין נייעם מענטשן, (און אזוי) מאכנדיק שלום;
16 און צו מאכן שלום די ביידע אין איין גוף צו ה׳ דורך דעם בוים, טייטנדיק די שנאה דורך אים;
17 און איז געקומען און מבשר געווען שלום צו אייך, די ווייטע און שלום צו אייך, די נאנטע;
18 ווייל דורך אים האבן מיר, די ביידע, דעם צוטריט אין איין גייסט צום פאטער.
19 דעריבער זענט איר אזוי ארום מער נישט קיין גרים און נכרים, נאר איר זענט מיטבירגער פון די קדושים און ה׳ס בני בית,
20 אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;
21 אין וועמען די גאנצע געביידע איז צוזאמענגעפאסט און וואקסט אויס צו א בית המקדש אין דעם האר (ג‑ט);
22 אין וועמען אויך איר ווערט מיטגעבויט פאר א וואוינונג פון ה׳ אינם גייסט.