קאפיטל צוויי
1 און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳.
2 ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים.
3 און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.
4 און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה,
5 כדי אייער אמונה זאל נישט זיין אין מענטשלעכער חכמה, נאר אין דער גבורה פון ה׳.
6 חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן;
7 נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן;
8 וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;
9 נאר ווי עס שטייט געשריבן:
וואס אויג האט נישט געזען,
און אויער האט נישט געהערט,
און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן,
דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב.
(ישעיהו סד, ג.)
10 צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳.
11 ווארום ווער צווישן מענטשן ווייסט וואס (עס טוט זיך) אין א מענטשן, אויב נישט דעם מענטשנס גייסט אין אים? אויך אזוי ווייסט קיינער נישט וואס עס איז אין ה׳, אחוץ ה׳ס גייסט.
12 און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳.
13 דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע.
14 דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן.
15 דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט.
16 ווארום ווער האט געקענט דעם גייסט פון דעם האר (ג‑ט), אז ער זאל אים (עפעס) לערנען? מיר אבער האבן דעם גייסט פונם משיח. (ישעיהו מ, יג.)