קאפיטל זעקס
1 און אין די דאזיקע טעג, ווען די תלמידים האבן זיך געמערט, איז געווארן א געמורמל פון די העלעניסטן קעגן די עברים, מחמת אין דער טאג טעגלעכער באדינונג זענען זייערע אלמנות פארנאכלעסיקט געווארן.
2 און די צוועלף האבן גערופן דעם עולם תלמידים, צו זיך און געזאגט: עס טויג נישט, אז מיר זאלן איבערלאזן ה׳ס ווארט און זיך פארנעמען מיט דינען ביי טישן.
3 נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין;
4 מיר אבער וועלן אנהאלטן אין תפילה און אין דער עבודה פון דעם ווארט.
5 און דאס ווארט איז געפעלן דעם גאנצן עולם; און מען האט אויסדערוויילט סטעפאנוסן, א מאן פול מיט אמונה און מיט דעם רוח הקודש, און פיליפוסן און פראכארוסן און ניקאנאר און טימאן און פארמענאס, און ניקאלאאסן, א גר פון אנטיוכיא.
6 זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.
7 און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
8 און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק.
9 עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,
10 און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
11 האבן זיי דעמאלט אונטערגעשטעלט מענער, וואס האבן געזאגט: מיר האבן אים געהערט רעדן לעסטערנדיקע ווערטער קעגן משהן און ה׳.
12 און האבן אויפגעהעצט דאס פאלק און די זקנים און די סופרים, און זענען אויפגעשטאנען און אים גענומען מיט געוואלד, און אוועקגעפירט צום סנהדרין,
13 און געשטעלט פאלשע עדות, וואס האבן געזאגט: דער דאזיקער מענטש הערט נישט אויף צו רעדן ווערטער קעגן דעם דאזיקן מקום קדוש און דער תורה;
14 ווארום מיר האבן אים געהערט זאגן, אז דער דאזיקער יהושע/ישוע פון נצרת, וועט צעשטערן דאס ארט און ענדערן די חוקים, וועלכע משה האט אונדז איבערגעגעבן.
15 און אלע, וואס זענען געזעסן אין סנהדרין, האבן מיט שפאנונג געקוקט אויף אים, און געזען זיין פנים ווי (עס וואלט געווען) דאס פנים פון א מלאך.