קאפיטל צוויי און צוואנציק
ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך— און ווי זיי האבן דערהערט, אז ער רעדט צו זיי אויף לשון קודש, האבן זיי זיך נאך רואיקער פארהאלטן; און ער האט געזאגט— איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג. און דעם דאזיקן (דרך ה׳) דרך האב איך גערודפט ביז צום טויט, בינדנדיק און איבערגעבנדיק אין תפיסה אריין מענער און פרויען. ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן. און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל. און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך? און איך האב געענטפערט: ווער ביסטו, האר? און ער האט צו מיר געזאגט: איך בין יהושע/ישוע פון נצרת, וועמען דו פארפאלגסט. און די, וואס זענען מיט מיר געווען, האבן געזען דאס ליכט, נאר דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר, האבן זיי נישט (מיט פארשטענדיקייט) געהערט. 10 און איך האב געזאגט: וואס זאל איך טאן, האר? און דער האר האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי קיין דמשק; און דארטן וועט דיר (שוין) געזאגט ווערן וועגן אלעם, וואס איז דיר באשטימט געווארן, צו טאן. 11 אזויווי אבער איך האב נישט געקענט זען צוליב דעם גלאנץ פון יענעם ליכט, בין איך געקומען קיין דמשק, געפירט ביי דער האנט פון די, וואס זענען מיט מיר געווען. 12 און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט, 13 איז געקומען צו מיר, און איז געשטאנען לעבן מיר, געזאגט: ברודער שאול, ווער ווידער זעענדיק! און אין דער זעלביקער שעה האב איך געקוקט אויף אים. 14 און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס. 15 מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט. 16 און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען. 17 און עס איז געשען, בעת איך האב מיך אומגעקערט קיין ירושלים און האב תפילה געטאן אין בית המקדש, בין איך אריינגעפאלן אין א טראנס, 18 און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר. 19 און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר; 20 און בשעת דאס בלוט פון דיין עדות סטעפאנוס איז פארגאסן געווארן, בין איך אליין געשטאנען דערביי מסכים זייענדיק (דערצו), און אכטונג געבנדיק אויף די מלבושים פון די, וואס האבן אים געהרגעט. 21 און ער האט צו מיר געזאגט: גיי; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צו די אומות העולם.
22 און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט! 23 און בשעת זיי האבן (אזוי) געשריגן און אראפגעווארפן די מלבושים (פון זיך) און געווארפן שטויב אינדערלופטן, 24 האט דער הויפטמאן באפוילן, ער זאל אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, און האט געהייסן, מען זאל אים אויספארשן מיט שמיץ, כדי זיך צו דערוויסן, צוליב וועלכער סיבה זיי האבן אזוי געשריגן קעגן אים. 25 ווי אבער מען האט אים אויסגעצויגן צום שמייסן, האט פוילוס געזאגט צום אפיציר, וואס איז געשטאנען דערנעבן: צי איז אייך דען דערלויבט צו שמייסן א מענטשן, וואס איז א רוימישער בירגער און וועלכער איז נישט פארמשפט? 26 און ווי דער אפיציר האט דאס געהערט, איז ער צוגעגאנגען צום הויפטמאן און אים דערציילט, אזוי צו זאגן: וואס גייסטו טאן? דער דאזיקער מענטש איז דאך א רוימער! 27 און דער הויפטמאן איז צוגעקומען און געזאגט צו אים: זאג מיר, דו ביסט (טאקע) א רוימער? האט ער געזאגט: יא. 28 האט דער הויפטמאן געענטפערט: פאר א גרויסן פרייז האב איך מיר דערווארבן די דאזיקע בירגערשאפט. און פוילוס האט געזאגט: איך אבער בין געבוירן געווארן (א רוימער). 29 און די, וואס האבן אים געזאלט אויספארשן, זענען דעריבער גלייך אוועקגעגאנגען פון אים; און דער הויפטמאן האט זיך געפארכטן, דערוויסנדיק זיך, אז ער איז א רוימער, און אז ער האט אים געלאזט בינדן.
30 צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.