קאפיטל פופצן
1 און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.
2 און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.
3 און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
4 אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.
5 נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).
6 און די שליחים און די זקנים זענען זיך צוזאמענגעקומען, אריינצוקוקן אין דעם דאזיקן ענין.
7 און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.
8 און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז;
9 און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.
10 פארוואס זשע פרואווט איר איצט אויס ה׳, מיטן ארויפלייגן אויף דעם האלדז פון די תלמידים אן עול, וואס נישט אונדזערע עלטערן, נישט מיר אליין האבן געקענט דערטראגן?
11 ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.
12 און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.
13 און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן:
14 ברידער, הערט זיך צו צו מיר; שמעון האט (אונדז) דערציילט, וויאזוי ה׳ האט צום ערשט געבליקט, צו נעמען פון צווישן די אומות (העולם) א פאלק צו זיין נאמען.
15 און צו דעם דאזיקן שטימען איין די ווערטער פון די נביאים, ווי עס שטייט געשריבן:
16 נאך דעם וועל איך מיך אומקערן
און ווידער אויפבויען דאס איינגעפאלענע געצעלט פון דוד,
און די חורבות דערפון וועל איך ווידער אויפבויען
און עס ווידער אויפשטעלן גלייך;
17 כדי די איבערגעבליבענע מענטשן זאלן זוכן דעם האר,
און אלע פעלקער, וואס מיין נאמען ווערט גערופן אויף זיי,
זאגט דער האר, וועלכער טוט די דאזיקע זאכן,
18 וואס זענען באקאנט פון אייביק אָן.
(עמוס ט, יא-יב.)
19 דערפאר באשליס איך, מען זאל נישט מחמיר זיין אויף די, וואס קערן זיך צו ה׳ פון צווישן די אומות;
20 נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.
21 ווארום משה האט פון לאנגע דורות אָן אין יעדער שטאט די, וואס דרשענען אים, מחמת (זיין תורה) ווערט געלייענט אין די שולן יעדן שבת.
22 דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;
23 שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!
24 אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,
25 איז עס אונדז וואוילגעפעלן, האבנדיק געקומען צו א הסכם, צו שיקן צו אייך אויסדערוויילטע מענער צוזאמען מיט אונדזערע געליבטע בר‑נבא און פוילוס,
26 מענטשן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
27 מיר האבן דעריבער געשיקט יהודהן און סילאן, און זיי וועלן אייך ווארט ווערטלעך דערציילן דאס זעלביקע.
28 ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;
29 זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.
30 און אזוי זענען זיי אוועקגעשיקט געווארן און זענען אראפ קיין אנטיאכיען, האבן פארזאמלט דעם עדה און איבערגעגעבן דעם בריוו.
31 און איבערלייענענדיק אים, האבן זיי זיך געפריידט איבער דער נחמה.
32 און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.
33 און נאך דעם ווי זיי האבן פארבראכט א געוויסע צייט, זענען זיי אוועקגעלאזט געווארן בשלום פון די ברידער צו די, וואס האבן זיי געשיקט.
34 (סילאן אבער איז עס וואוילגעפעלן, דארטן איבערצובלייבן.)
35 און פוילוס און בר‑נבא זענען פארבלייבן אין אנטיאכיען, לערנענדיק און אנזאגנדיק מיט נאך א סך אנדערע דאס ווארט פון דעם האר.
36 און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי.
37 בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
38 נאר פוילוס האט עס נישט געהאלטן פאר טויגבאר מיטצונעמען דעם, וואס האט זיך אפגעקערט פון זיי פון פאמפיליען, און איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיי צו דער ארבעט.
39 און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין;
40 און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר.
41 און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.