קאפיטל דרייצן
און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול. און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן. דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.
און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין. און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת. און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע, וועלכער איז געווען ביי דעם פראקאנסול סערגיוס פוילוס, אן אינטעליגענט מאן. דער דאזיקער האט גערופן צו זיך בר‑נבאן און שאולן און פארלאנגט צו הערן ה׳ס ווארט. נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה. שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים, 10 און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)? 11 און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינצטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט. 12 און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.
13 און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים. 14 זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט. 15 און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס. 16 און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט! 17 דער ג‑ט פון דעם דאזיקן פאלק ישראל האט אויסדערוויילט אונדזערע אבות און דאס פאלק דערהייבט בשעת זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אינם לאנד מצרים, און מיט א הויכן ארעם זיי ארויסגעפירט פון דארטן. 18 און כמעט פערציק יאר לאנג האט ער זיי געטראגן אין דער מדבר. 19 און פארטיליקנדיק זיבן פעלקער אינם לאנד כנען, האט ער זיי געמאכט ירשענען דאס לאנד זייערס, אן ערך פיר הונדערט און פיפציק יאר לאנג. 20 און דערנאך זיי געגעבן שופטים ביז שמואל הנביא. 21 און פון דעמאלט אָן האבן זיי פארלאנגט א מלך, און ה׳ האט זיי געגעבן שאולן, דעם זון פון קיש, א מאן פון דעם שבט בנימין, במשך פון פערציק יאר. 22 און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם. 23 פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.), 24 וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל. 25 און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס. 26 ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן. 27 ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת. 28 און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן. 29 און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר. 30 ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע; 31 און ער האט זיך באוויזן במשך פון א סך טעג צו די, וואס זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט אים פון גליל קיין ירושלים, און זיי זענען איצט זיינע עדות צום פאלק. 32 און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות, 33 די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן. 34 און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט:
איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד.
(ישעיהו נה, ג.)
35 דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע:
דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג.
(תהלים טז, י.)
36 ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג; 37 ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג. 38 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד; 39 און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה. 40 גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:
41 זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט,
ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג,
א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן,
ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן.
(חבקוק א, ה.)
42 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי. 43 און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳. 44 און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט. 45 און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט. 46 און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם). 47 ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן:
איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער,
אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד.
(ישעיהו מט, ו.)
48 און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט. 49 און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד. 50 די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן. 51 און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען. 52 און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.